מענדל טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מענדעלע טייטלבוים)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

רב מנחם מענדל טייטלבוים (געבוירן י״ט אדר ב׳ תשכ״ז) איז דער סאטמארער רב אין וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק. אויך איז ער ראש ישיבה פון דער ישיבה לצעירים פאר אינגע בחורים אין וויליאמסבורג. ער האט פריער געדינט אלס רב פון די סאטמארער חסידים אין אנטווערפן, בעלגיע. פאר דעם איז ער געווען רב פון קהל עצי חיים סיגעט אין וויליאמסבורג. ער ווערט באטראכט אין אלגעמיין דורך אלטוועלטליכע סאטמארער חסידים אלס א צוקונפטיגער מנהיג און רבי פון סאטמאר.

ער איז באקאנט מיט זיינע ווארעמע דרשות וועלכע קענען טייל מאל ארויסברענגען געוויין פון תפלה און תשובה ווי אויך זיינע באטעס צו מיט די אינגעלייט און בחורים פונעם חסידות. יעדן ראש השנה ווען זיין טאטע דער סאטמארער רבי אין מאנרא פראוועט אין שטאט וויליאמסבורג פארט ער ארויס בשליחותו צו פראווען די תפילות אין קרית יואל.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ר' מנחם מענדל איז געבוירן געווארן י״ט אדר ב׳ תשכ״ז, דער עלטסטער זון פון רבי אהרן טייטלבוים, סאטמארער רבי אין מאנרא און מרת סאשא, טאכטער פון רבי משה יהושע האגער, וויזשניצער רבי אין בני ברק און מרת לאה אסתר, א טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט הי״ד, דעעשער רבי, נאך וועמען ער הייסט.

אין סאטמאר איז ער באקאנט אלס " ר' מענדעלע" בלשון חיבה, ווייל ער איז דער ערשטער אייניקל וואס האט חתונה געהאט ווען זיין זיידע, דער ברך משה זי"ע, איז געווארן רבי.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע, מרת ברכה סימא מייזליש, די טאכטער פון מרת חיה מייזליש, דאס עלטסטע קינד פונעם ברך משה, און ר' בעריש מייזליש, דער סאטמארער רב אין בארא פארק, ברוקלין. זייערע קינדער זענען:

  • מרת רויזא בלומא, ווייב פון הרב יואל הכהן גלאנץ, זון פון ר׳ יעקב יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ, א באקאנטער מרביץ תורה אין סאטמארער מוסדות.
  • הרב חיים צבי, האט געהייראט מרת חיה אסתר, טאכטער פון רבי אשר מרדכי ראזנבוים, מאשלויער רבי פון בארא פארק.
  • הרב יקותיאל יהודה, האט געהייראט מרת קיילא רויזא, טאכטער פון הרב מנחם צבי כהנא, דומ״ץ קארלסבורג.
  • יואל
  • אלעזר

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זיין קאריערע האט זיך אנגעהויבן אין אנטווערפן, וואו דער ברך משה האט אים נאך אויפגענומען אלס רב אין דעם סאטמארער שטיבל. אין תשס״ו נאך די פטירה פון זיין זיידע דער ברך משה זי״ע , האט ער זיך צוריקגעקערט קיין אמעריקע ווי זיין טאטע האט איהם ממנה געווען אלס סאטמארער רב אין וויליאמסבורג.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]