לדלג לתוכן

יהודה לעווין

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יהודא לעווין)
יהודה לעווין
געבורט 1954 (אלט 70 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב, פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ר' יהודא לעווין (געב' תשי"ד) איז דער רב פון קהילת "מבקשי ד' " אין פלעטבוש, ניו יארק. ער איז יארן לאנג טעטיג צו באקעמפן די צוויי פראבלעמן, געי מיט אבארטאציע.

ער איז שוין געלאפן פאר בירגערמייסטער פון ניו יארק קעגן עד קאטש (וואס האט געמאט אויף פראנט קאווער פון ניו יארק פאסט באשולדיגן דעם אידישן ליבעראלן מעיאר אינמיטן א לייוו דעבאטע, אלס א פרא געי און אנטי פאמיליע פאליטיקער, ווייל ער איז אייביג געווען א אלטער בחור און קיינמאל נישט חתונה געהאט.) און קאנגרעס אויך די רייט טו לייף טיקעט און טרעט שטענדיק אויף אויף נאציאנאלע טעלעוויזען און ראדיא פראגרמאן צו דעבאטירן ליבעראלע רבנים וואס שטיצן די תועבה. אויך טרעט ער אויף אין קירכעס און אין מארטשען פון רעליגיעזע גוים אפצושלאגן דעם אימעזש כאילו אלע אידן שטיצן די ליבארעלע צוגאנג כלפי די תועבה.

זומער צייט האט ער א ראדיא פראגרם אין די קעטסקילס.

ר' אביגדור מילער פלעגט אים שטיצן און אויסצאלן אלע זיינע אקטיוויטעטן. ר' אביגדור שרייבט פאר דעברעצינער רב און ר' אליה שוויי און פאר ר' אברהם לייטנער מיט קאשוי רב די איינציגסטע גדולים וואס האבן פארשטאנען ר' אביגדורס שטייפער קאמפ קעגן תועבה אז מען זאל שטיצן און העלפן ר' יודא לעווין אין אלע זיינע אקציעס ווייל עס איז שליחו של אדם כמותו. און ר' אביגדור נעמעט אחריות.

היינט צו טאגס איז שוין נישטא קיין איין רב וואס שטיצט אים. וייל ר' אביגדור מילער לעבט שוין נישט אים צו געבן די תורה גושפינקא, אויף די אלע שמוץ וואס ער איז עוסק אויפצוקערן און אפצוהאלטן, לעצטנס האט ער אבער צו באקומען אסאך לעגעטימקייט מיטן דערפאלגרייך אפשטעלן די ירושלים תועבה מארטש.

ער איז א טאטע פון 9 קינדער וואס וואוינט אין פלעטבוש.

יהודה לעווין איז א תלמיד פון הרב אביגדור מילער.