אליה שוויי

פֿון װיקיפּעדיע
אליה שוויי
הרב אליהו שוויי, מיט הרב אהרן לייב שטיינמאן
געבורט 19 מערץ 1924
י"ג אדר ב' ה'תרפ"ד
קאוונע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 מערץ 2009 (אלט 85)
א' ניסן ה'תשס"ט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט
בת זוג דבורה קלמנואוויטש
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אליה שוויי ( י"ג אדר ב׳ ה'תרפ"ד, 19טן מאַרץ, 1924, קאוונע, ליטע - א' ניסן ה'תשס"ט, 26סטן מאַרץ, 2009, פאַרייניקטע שטאַטן ) איז געווען דער ראש ישיבה אין פֿילאַדעלפֿיע און פּרעזידענט פון דער מועצת גדולי התורה אין די פאַרייניקטע שטאַטן.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן אין קאָוונע צו רב שמועל לייב שוויי וואס איז געווען אַ תּלמיד פונעם קאָוונער כולל אונטער דער פירערשאַפט פון רבי ישראל סאַלאָנטער, וואו ער פארבראכט זיין קינדשאַפט.

ער איז אנגעקומען אין די פאַרייניקטע שטאַטן אין זיינע יונגע יארן, און האָט געלערנט אין דער רבי יעקב יוסף שולע פון און שפּעטער אין ישיבת תורה ודעת אוטנער רבי שלמה היימאן, פון דאָרט האָט ער ממשיך געווען לערנען אין לייקוואוד און איז געווארן א תלמיד מובהק פון דעם ראש ישיבה רבי אהרן קאטלער.

אין 1955 האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון דער פילאדעלפיע ישיבה (וואס איז געגרינדעט געווארן צוויי יאר פריער דורך רבי אהרן קאטלער) אנשטאט רבי דוב שווארצמאן, צוזאמען מיט רבי שמואל קאמינעצקי, א שטעלע וואס ער האט געהאלטן ביז זיין טויט.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געווען דער איידעם פון רבי אברהם קאלמאנאוויטש, גרינדער פֿון דער מירער ישיבה אין די פאַרייניקטע שטאַטן, און א שוואגער פון רבי שמואל בירנבוים . זיין ווייב דבורה איז נפטר געווארן ו' אדר א' ה'תשע"ט, 11טן פעברואַר 2019 ).‏[1]

זייער קינדער זענען געווען:‏[2]

  • הרב שמעון יהודה, ראש ישיבה פון פילאדעלפיע ישיבה.
  • מרת לייקי, ווייב פון הרב איסר זלמן גארעליק, ראש ישיבה אין סאט פאלזבורג
  • מרת שרה, ווייב פון הרב מאטל דיק
  • מרת נחמה, ווייב פון הרב יוסף ליפשוץ (ישיבת נחלת צבי, טאראנטא)
  • הרב מאיר שמחה, לייקוואוד
  • הרב אברהם, ירושלים
  • הרב אהרו שלמה
  • הרב חיים יוסף
  • הרב מלכיאל

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]