אייפל טורעם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
דער אייפל טורעם

דער אייפֿל טורעם (פראנצויזיש: Tour Eiffel טור-עפֿעל) איז אן אייזערנער טורעם געבויט אין פאריז, פראנקרייך, לעבן דעם סען טייך.


ער איז די העכסטע סטרוקטור אין פאריז און איינע פון די מערסטע באקאנטסע מאנומענטן פון איבער דער וועלט.


ער הייסט אייפל נאך זיין אינזשעניר, עס איז דאס מערסטע באזוכסטער מאנומענט פון איבער די וועלט; 6,428,441 מענטשן האבן באזוכט דעם טורעם אין יאר 2005 און מער פון 200,000,000 זינט איר קאנסטראקציע.

אריינגערעכענט מיט איר זיבן און אכציגער פוס'יגער אנטענע, איז דער סטרוקטור א 1,063 פוס הויך.

דער טורעם איז היינט צוטאגס דער פופטער גרעסטער סטרוקטור אין פראנקרייך.

עס וועגט א 7,300 טאן.

מען טוט פארבן אים איבער יעדע דריטע יאר כדי ער זאל נישט ווערן פארזשאווערט.

ביי דער דייטשע אקופאציע פון פאריז אין 1940 האבן די פראנצויזן געשניטן די ליפט-קאבלען. דער טורעם איז געווען פארמאכט דורך דער אקופאציע און מען האט פארראכטן די ליפטן נאר אין 1946.[1] אין 1940, האבן דייטשע זעלנער געדארפט קלעטערן ארויף דעם טורעם צו הענגען דארט זייער פאן.

בילדער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Harriss, pp. 180–84.


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אייפֿל טורעם