לדלג לתוכן

סאבאטאזש

פֿון װיקיפּעדיע
שניידן טעלעגראַף דראָט

סאַבאטאַזש (פראַנצויזיש: sabotage) איז דער בכיוונדיקער אקט פון אונטערשטעלן שאדן פאר א צווייטן, דורכ'ן שטעלן "שטיינער אין וועג", און שטערן א צווייטן אויספירן וואס ער וויל, אפט מאל אן דעם וואס יענער זאל אפילו וויסן אז איינער סאבאטאזשירט אים. עס איז וויכטיק צו באמערקן אז סאבאטאזש איז נישט אלעמאל קיין פיזישע שטער אדער שאדן, נאר א שטער אז א צווייטער זאל נישט קענען זיין סוקסעספול.

דער נאמען קומט אריגינעל פון פראנקרייך, אן אפשטאם פון דאס ווארט "סאבאט" וואס האט געמיינט "האקעדיגע שיך", די לעגענדע גייט אז די ארבייטער פלעגן אריינווארפן זייערע "סאבאטס" אין מאשינען, אזוי ארום אונטערצוברענגען זייערע באלעבאטים. אן אנדערע טעאריע איז אז בירגער פלעגן נוצן האקעדיגע שיך פרובירנדיק צו שטערן די רואיגקייט.

אין די פריע 1900 יארן איז סאַבאָטאַזש אדאפטירט געווארן אין ענגליש, דייטש, אידיש און אין מערערע שפראכן אלס אויסדרוק פון שטיין אין וועג אדער שטערן יענעם מיט אונטערגעציפטע מיטלען.

סאבאטאזש ווערט גענוצט אפט אין פאליטישע אנגעלעגנהייטן, אדער אין מיליטערישע אנגעלעגנהייטן, וואו פאליטישע אדער מיליטערישע שונאים פרובירן אונטער צו ברענגען זייערע קעגנער, צום ביישפיל דורך זיי פארפירן מיט פאלשע שפיאנאזש אינפארמאציע, און דערנאך אטאקירן דעם שונא אומגערישט.

עס זענען דא פילע ביישפילן פון פיזישע סאַבאָטאַזש . אָבער, איינער פון די מערסט עפעקטיווע נוצן פון סאַבאָטאַזש איז צו שטערן א פאראייניקונג אדער ארגענעזאציע אנצוגיין, ווי למשל: אַרויף ברענגען און רעלעוואנטע אישוס ביי מיטינגען ווי אָפט ווי מעגלעך. זיך קריגן איבער פשוט'ע ווערטער אנשטאט טון למעשה. באַשטימען וויכטיקע ארבעט צו באַטלאָנישע ארבייטער מיט נעבעכדיגע מאשינען. פאַרשפּרייטן שעדליכע רומאָרס וואָס זעהט אויס ווי אינעווייניקסטע אינפֿאָרמאַציע, אזוי ארום צו דעסטרויען א קאמפאני.