אפריל 2007
מראה
געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אמעריקאנער פעדעראלער ריכטער נעמט אוועק בירגערשאפט פון אוקראינישן גוי וואס איז באשולדיגט און מיטארבייטן מיט נאציס און דערמארדן יידן אום 1942. ([1])
- אמעריקע איז א הייליג און געטליך פאלק: 91 פראצענט גלייבט אין גאט; 87 פראצענט געהערן צו א ארגעאניזירטער רעליגיע. (וויינעט)
- ארטיסטען קעגן קריסטען: ארט גאלעריע וואס ווייזט נאקעטער יאשקע פון טשאקאלאד ברויזט אויף אמעריקע, איז געצווינגן דאס אראפנעמען צוליב דרוק פון קאטויליקן. (וויינעט)
- חאסידישער אינשורענס בראוקער פארלירט זיין פארלוימדונג אנקלאגע קעגן מעט לייף אינשורענס קאמפאני. (פארבס)
- רב פון גרעסטן שול אין סאן פאולא בראזיל רעזעגנירט אין שאנדע נאכן ווערן ארעסטירט אין מיאמי פלארידע פאר שאפליטונג פון א נעקטיי. (לאס וועגאס סאן)
- דייטשע ריכטערקע אורטיילט אַז מאַראָקאַנער מעג שלאָגן זיין פרוי. (אלגעמיינער)
- דאקטער ר' שלום בערגער פובליצירט טיילן פון זיין ברודערס בריוו פון איראק. ווי ער דרוקט אויס פעסעמיסזם איבער די נצחון פון די דעמאקראטישער פארטיי איבער פרעזידענט בוש אויפן אלטימאטום ארויסציצוען די טרופען פון איראק ביי א געוויסער דעדליין. (שלום בערגער)
- א שמועס מיטן רב המכשיר פון מאנישאוויץ אין זייער אריבערצו פון זשערסי סיטי צו סאקאקעס, מיט נייעם מאשין וואס שפייט אויס איבער א מיליאן מצות א טאג. (עי.פי.)
- 2 אראבער וואס האבן פארקויפט ריזן געביידע אין חברון צווישן אראבער פאר אידן ארעסטירט און סווארטן אויף זיי טויט שטראף. (ערוץ 7)
- פרעד טאמפסאן ערקעלרט זיין פרעזידענט קאנדיטאטור פון די רעפובליקאנער פארטיי. (הארץ)
- הויפט קאווארטיר פון נטורי קרתא אין מאנסי הבית היהודי גייט אויף אין פלאמען, ר' משה בער בעק אין זיין משפחה וואס וואוינען דארטן, נישט געשעדיגט ווייל זיי זענען פונקט איצט אין לאנדאן. (ניו יארק פאוסט) - בילדער
- כינע עסענווארג פלענטס ווילן ווערן א גרעסן טייל פון די הונדערט פופציג ביליאן דאלער כשר מארקעט. (טשיקאגא טריביון)
- ירושלים: ארכעלאגען טרעפן וואנט פון ערשטן בית המקדש שטארקט זייער טעאריע אין עיר דוד. (יו.פי.איי.)
- ענדליך נאך זעקס יאר געשלעגן קומט ארויס די אידישע ניו יארק דאקומענטירונג אין פארעם פון א היסטאריע און מסורה מאפע. (ניו יארק טיימס)
- קרית יואל טראגעדיע: 9 יאריג מיידל טויט אין פארענט פון חברה הצלה גאראזש ווען קאר פאר איר איבער. (רעקארד אונליין)
- ארץ ישראל פארשליסט אפ אקופירטע געביטען לענגאויס יום טוב פסח. (עי.עף.פי.)
- קינד פארברענט ביי שריפת חמץ אין צפת. (וויינעט)
- אידישע באבע 87 יאר אלט ווערט אנגעקלאגט פון אירע אייניקלעך און העלפן איר זוהן זייער טאטע הארגענען זיין ווייב, איר שנור און זייער מאמע. (ניוזדעי)
- לינקע ליבעראלע אידישע גרופעס וועלן באקעמפן נייע רעליגעזע רעכטן ביל אין ארבייטס פלעצער. (פארווארד)
- וויליאמסבורג: שלעפער טראק פירמע קאנטראקט פאר אלע ניו יארק סיטי הייוועיס אפגעשטעלט צוליב פארברעכן און שווינדל רעקארד פון קאמפאני אייגענטומער. (ניו יארק פאוסט)
מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 3 מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 4
- מאנסי און סקווערער חסידים איבער דער וועלט אין טיפן שאק נאך פלוצלונגער פטירה, ערב יום טוב, פון זייער הויפט פאליטישער פארטרעטער, דער לעגענדארער איש החסד, און הומעריסטישע נשמה, וואס איז געזעצן אין טורמע צוליב די ניי סקווירא פראגראמען דינענדיג אלס דער וויליזש אדמיניסטראטאר. ר' שמואל עמרם ווייסמאנדעל ע"ה פאלט אוועק נאכן דאווענען אויף טויט אין בליענדן עלטער פון בלויז עטליכע פופציג יאר פון מאסיווער הארץ אטאקע. (זשורנאל ניוז)
- הרב עובדיה יוסף ערקלערט אז ער איז שוין זייער שוואך און ערזעצט אלס זיין ממלא מקום צו פירן דעם ש"ס פארטיי הרב שלמה עמאר. (ישראל היינט)
- ברוקלין: היט ענד ראן קאר קלאפט אראפ אידישע אלטע פארפאלק אויף טויט אהיים גייענדיג פון פסח סדר. (ניו יארק פאוסט)
- אידישע טראגעדיגע מאמע טויט אין לאס אנזשעלעס אויפן וועג צום סדר פון שיכורן דרייווער. (סעקרעמאנטא בי)
- ר' יצחק ראזענבערג וויל אפקויפן ריזן שטח פון ריעל עסטעיט נעבן קרית יואל. (רעקארד אנליין)
- קרית יואלער ריעל עסטעיט אנטוויקעלער שלאגט פאר מאסיווער פלאן פאר 3 קאנטרי טאוןס פאלסבערג, מאנטיסעלאו מיט 2000 הייזער און שאפינג מאלס. (רעקארד אונליין)
- ברוך דיין האמת: רב פון וויען עסטרייך הרב שטערן נפטר געווארן. (בח"ח)
- דאָקומענטן פון רויטן קרייץ אַרכיוו דעקן-אויף צום ערשטן מאָל: אַזוי האָבן אויסגעזען די טויטן-מאַרשן. (אלגעמיינער)
- זון אקטיוויטעטן לייגן אין געפאר די גי.פי.עס. סיגנאלן. (עי.פי.)
- מאנסי: פייער דעפארטמענט אויספארשער זאגן אז פייער וואס האט פארניכטעט נטורי קרתא הויפט קווארטיר ערב יום טוב איז אן עקסידענט און נישט געווארן אנגעשטעלט פארדווקא. (ניו יארק פאוסט)
- קאנאדע: באמבע עקספלאודירט אין פארענט פון אידישען צענטער. (קאנאדע.קאם)
- זשאן מעקעין נעמט אויף ניקסאןס אידישער געהילף אים צו העלפן מיט זיין פאנדרעיזינג ביי אידן. (מידיע מעטערס)
- אידישער ריעל עסטעיט מאגאל קויפט אפ שיקאגא טריביון, צווייט גרעסטער מעדיע קאמפאני אין יו.עס.. (וויינעט)
- מאנסי, טשעסטנאט רידזש: הויז פארברענט פון פייער געכאפט פון מצה בעקעריי. (זשורנאל ניוז)
- עזה: אינטערנעט קאפעי הייזער אפילירן פאר רעגירונג שוץ פון קנאים וואס באמבעדירן דאס נאכאנאנד. (זשעי פאוסט)
- פונקט אין צייט פון חול המועד אויספלוג פאר די קינדער, דערהרגעט איין העלפאנד אן אנדער העלפאנד אין תל אביבער זאא-גארטן. (זשעי פאסט)
- איציק גאטעסמאן באשרייבט די טעגליכע פראבלעם פון רעדאקטירן אן אידישע שפראך וואס היינטיגע רעדער זאלן איר אויך פארשטיין. (פארווארד)
- הצלחה פון פארווערטס איז געלעגן אינעם וויזיע פון איר לאנג יאריגער שעף רעדאקטאר אברהם כהנה וואס איז געווען א געשוואורענער קאמוניסט און האט אוועקעגשטעלט די צייטונג צו דינען די ארימע פארפלאגטע שיכט פון פאלק. ער האט דערמיט אויסגעלייזט דאס שפראך יידיש פון די אינטאלעקטועלער וועלט צום פשוטן המון. (פארווארד)
- די געשלעג צווישן יצחק באשעוויס זינגער מיט אברהם כאהאן איבער די מיינונג פון א נאוועל, צו זאל דאס דינען די פיין פון פון דעם ארימען מאן, אדער די מיסטעריע פון דעם מענטש. (פארווארד)
- איזראעלי עקאנאמיע וואקסט, מיט אויסנאמער חוץ לארץ'דיגע אינוועסטמענטס טראץ סקאנדאלן וואס פלאגן נאכאנאנד איר רעגירונג. (ביזנעס וויק)
- אידישע איזראעלי ביליאנערען אינוועסטירן אין כינע טראץ שווערע און קליינע פראפיטעטן. (הארץ)
- בריטען: טיטשערס אין פובליק שולעס לערנען נישט די האלאקאוסט שטודיעס כדי נישט צו טשפענען די מוסולמענער סטודענטען. (דעילי מעיל)
- אהוד אולמערט לייקענט נענסי פעלאוסיס שלום מעסעזש צו סיריע פון ארץ ישראל. (זשעי פאוסט)
- נייער ערפינדונג מאכט אלע בלוט טיפען אוניווערסיאל. (וואשינגטאן טיימס)
- פלארידע אטוירני זשענעראל בעפעלט קאנדא צו ערלויבן אידישן טענעט לייגן מזוזה אין פארענט פון זייער דירה. (סאן סעטעניאל)
- דעמאקראטען באקעמפן פרעזידענט בושס אידישען אמבאסאדאר צו בעלגיע ווייל דער פילאנטראפ וואס האט אויפגערעגט די דעמאקראטן דורך שטיצען די קאמפיין קעגן זשאן קעריס אויפגעבלאזענער וויעטנאם העראואישקייט, איז א וואלענטור און קען נישט ארבייטען פאר די רעגירונג אן באצאלט. (מיין פאקס)
- א דריטל פון פראנצויזישע אידן שיקן די קינדער לערנען אין קאטאלוישע שולעס. (זשעי פאוסט)
- נייע דאקומענטען אויפגעדעקט אז היטלערס פויבסט האט גאר געהאלפן אידן זיך ראטעווען פון די האלאקאוסט. (טעלעגראף)
- אפריקה ישראל שפרינגט איבער באנק לאומי צו ווערן ארץ ישראלס פערטער גרעסטער קאמפאני אויפן איזראעלי סטאק עקסטשעינזש. (גלאובס)
- אין א איבעראשענדער אקט: ארקאידי גאידמאק קויפט אפ ריעל עסטעיט פירמע. (הארץ)
מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 7
- ירושלים קנאים פירן דורך פראטעסטען אויף דער עבירה פון פרייע אידישע רעסטוראנטן וואס פארקויפן חמץ אין פסח. (וואלה)
- וויליאמסבורג: הערשי שניצלער רעכט אפ ריזן סדר מיט 50 היימישע אפגעפארענע בחורים און מיידלעך, אן קיין הגדות אין שכינותדיגן בושוויק. (הערשל ציג)
- וויליאמסבורג: עס.יו.ווי. אין היט ענד ראן עקסידענט לאזט איבער פארוואונדעטע פרוי, מאטארביציקל דרייווערקע. (עי.עם. ניו יארק)
- ר' דוד ביסטריצער קעמפט מיט ציין און נעגל יא צו געווינען די ריעל עסטעיט מקח פון סטארעט סיטי. (ניו יארק מאגאזין)
- מאנסי: גויאישער קאלומניסט פארן זשורנאל ניוז געדענקט לטובה דעם אמבאסאדאר פון סקווירא צו די מידיע. (זשורנאל ניוז)
- אויסטראליע: פוירט רב בעט געריכט צו פארצייען שולס באמבעדירער. (עי.זשעי.ען.)
- עי.פי.: פארמאכטער אידישער וועלט פנים'ט טויש. (וואשינגטאן פאוסט)
- צדקה פושקעס געגאנבעט אין צפת בית החיים. (וויינעט)
- ראביי מארק שניאורס קהילה איז מנדב 4 פארענדע בתי כנסיות פאר צה"ל. (ען.אר.זשי.)
- חברון: אראבער שטעכט 2 צה"לניקעס אין מערת המכפלה, דערשאסן אין די פוס. (זשעי פאוסט)
מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 9 מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 10
- קוים א חודש זינט דעני וואהל האט אויפגעגעבן זיין הנהלה פון וויקימעדיע פונדאציע איז ער געווארן געקרוינט צוריק אלס סיסאפ אין ענגלישן וויקיפעדיע נאך שטורמישע און קאנטראווערסיאלע וואלן פראצעדור וואס ער האט געווינען 68 פראצענט טראסט, טראץ זיינע שטרענגע ארויסבלאקירונגען פון וואנדאלן אפט מאל אן ווארענונג און אויף לאנגע שטרעקעס, וואס האט געמאכט די שטארקע קעגנערשאפט צו זיין סיסאפ אלס זארג אז ער זאל האבן אביוזד די סיסאפ טולס. די ענטפער פון זיינע שטיצער איז אז די קריטיק איז אומ-באזירט, ווייל די שטרענגע אקטן זענען בלויז געווען לעגאלע פראצעדורן וואס ער האט נישט געטאן פון זיך אלייןס נאר אויפן באפעל פון די וויקימעדיע פונדאציע אדוואקאטן. (וויקיפעדיע סינגפאוסט)
- וואלן גייען איצט אן אין אידישען וויקיפעדיע אים אויך צוריק געבן די סיסאפ כוח ביי אונז, וואס ער האט פרייוויליג פארלאנגט מען זאל אים אראפנעמען, ביים רעזעגנירן פון די וויקימעדיע פונדאציע. (אידישער וויקיפעדיע אדמיניסטראטורן בלאט)
- קרית וויזניץ בני ברק: פיר וויזשניצערוויזניץ חסידים אונטער ארעסט אין געשלעגן צווישן ר' ישראל האגערס אנהענגער מיט זיין ברודערס רבי מענדיל האגער׳ס אנהענגער. (וויינעט)
- ווידעא וויאזוי קינדער מיט בחורים, חסידים פון ר' ישראל האגער, שרייען נאך רבי מענדיל האגער׳ס גנב און שייגעץ. (פליקס)
- גוגל פירט דורך סדר נאכט אין איר קאמפלעקס אין קאליפארניע. (ניוז.קאם)
- קאנטרי: העליש פייער פארניכטעט לעיק האוז האטעל וואס געהער היינט צוטאגס פאר קראסנע ישיבה. (רעקארד אונליין)
- אתרא קדישא עסקנים מוחה קעגן חרדישען מיליאנער ר' מוטי זיסער צוליב זיין בוי ארבייט פון שאפינג מאל העכער אור-אלטע בית הקברות אין טשעכיי, וואס ער טענהט אז ר' אליקום שלעזינגער דער יושב ראש פון וועד להצלת בתי חיים באייראפע האט אים מתיר געווען. אתרא קדישא זאגט אז שוין צוריקגעצויגן פון דעם היתר. (וויינעט)
- פרומע אידישער וועלט באנק פארזיצער, ר' פאול וואלפאוויטש אונטער קריטיק פארן שאפן א זשאב אין סטעיט דעפארטמענט פאר זיין אראבקע מיידל-פריינט. (ניו יארק פאוסט)
- נס אין פסח ווען ריזן באמבע וואס קען הארגענען הונדערטע אין זעלבסט מארד אטאקע שטאט אפ באזוך אין תל אביב אבער דרייט זיך צוריק צו קלקליה אן אויפרייסן. (וויינעט)
- דער סאטמאר געבוירן אינגל וואס איז געווארן א חב"דסקער פירער; ר' חיים יעקב לעבאוויטש, האט גראדואירט פון עסקנות צו די וועלט פון ביזנעס און איז היינט צוטאגס א מיליאנער וואס פירט אן מיט הונדערטע מיליאן'ען דאלערדיגע אינוועסטמענטס צו גראבן און זוכן נאפט און גאלד אין ריזן באדענעס לעגאויס פארשידענע אפריקע לענדער. (דה מרקר)
- אידישקייט אין איראק: אידישע פרוי פון לאס אנזשעלעס, וואס דינט אין די יו.עס. נעיווי אלס הויך-ראנגיקע אפיצירקע שטעלט אויף ריזן מנורה אין סאדאם כוסעין פאלאץ. (סי.זשעי.ניוז)
- מאנרוי: חסידשע משפחה, טאטע 29 יאר אלט, גייען מיט זייערע 6 קינדער איינקויפען אין סיערס, הערן אויפן סטאר אינטערקאם אז זיי האבן איבערגעלאזט זייער בעיבי אליין אין קאר, טאטע אנגעקלאגט. (רעקארד אונליין)
- על שארפטאן וויל די ענדע פון טאלק שוי האוסט דאן איימוס קאריערע צוליב ראסיזם. (פיטסבורג גאזעט)
- מיסטעריע ארום באזוך פון גערער רבי'ן רבי יעקב אלטער ביי הרב יוסף שלום אלישיב; רומערס זאגן אז דאס איז געווען ביקור חולים. (ען.עפ.סי.)
- גוגל ערד און יו.עס. האלאקאסט מוזיעם פאקעסען אויף דארפור. (זשעי פאוסט)
- געריכט אין ניו יארק לעבט ווידער אויף די צענזור ביזנעס וואס קאפיען פילםען פאר פרומע אוידיענסן אז דאס ברעכט נישט קיין קאפירעכטן געזעץ. (עי.בי.סי.)
- ראיאטען ברעכן אויס אינמיטן פסק וואס שליידערט אריין 3 ישראלים צו 13 יאר טורמע פארן העלפן זעלבסטמארד באמבעדירער. (וויינעט)
- דראמא אין בן גוריון פליפעלד ווען 3 צה"ל פייטער זשעטס זענען מקבל פנים ציוויליע קאנטענעטל עראפלאן פון נוארק פליפעלד אויפן חשד אז דאס איז פארכאפט פון טעראריסטן. (וויינעט)
- ירושלים בית דין פארברענט. (ען.אר.זשי.)
- פסק הלכה: פרויען טארן זיך אויך נישט אפשערן די האר אין ספירה טעג. (דאטילי)
- פסק הלכה: רעפארמער גר מעג דינען אלס שבת גוי פאר ארטאדאקסישער איד. (ען.אר.זשי.)
- בין הזמנים טראגעדיע: ישיבה בחור דערטראנקן אין טייך אין גולן טור. (הארץ)
- אייכלער'ס ספרים געשעפט מיט ר' ישעי' בוימלגרין פלאנען נאך 2 נייע בענק, נאך הצלחה פון זייער ערשטע וואל סטריט פילאליע, דאסמאל אין בארא פארק און אין פלעטבוש. (ברוקלין פעיפער)
- ר' ישעי' בוימלגרין פארקויפט ריזן אפיס געביידע וואלקן- קראצער אויף וואל סטריט מיט פראפיט פון 115 מיליאן דאלער. (די אבזערווער)
- לבנון: מענער טאנצער רופן ארויס אויפברויז פון די פרויען טאנצערקעס. (מעמרי טי.וי.)
- גוגל אינוועסטירט מיליאנען דאלארן אין נייעם איזראעלי - כינע אינטערנעט בראוזער. (די מארקר)
- אין סאודיע אראביע מעג א מאן האבן 3 ווייבער, אבער פאר איין מאן האט דאס געקאסט א נאז. (עם.עס.ען.)
- ליניארדאו דיקאפריאו פלאנט זיין חתונה אין ארץ ישראל מיט אידישע מאמע וואס שוואנגערט, לויט די רומערס מיט זיין קינד. (דעילי מיראר)
- איראן פובליצירט אנגעבליכען שטיצע בריוו פון די ארטיגע אידישע געמיינדע צו די רעגירונג פאליסיס. (ערוץ 7)
מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 14
- ערשטער מאל דורכברוך אין חב"ד קעגן די משיחסטען: פסק פון רב אראפצונעמן יחי המלך שילד אויסגעפאלגט, צוליב די טענה אז יענער רב האט בעלות איינטיילן וואס צו טאן אויף די געביידעס אין געגענט. (שטורם)
- ערשטע יארצייט פון ברך משה, כ"ו ניסן, אפגעראכטן צווישן סאטמארע חסידים, שבת פרשת שמיני.
- סאטמארע רבי ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, רעכט אפ מוצאי שבת יארצייט סעודה מיט זיינע חסידים אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, גייט ארויף צום ציון זונטאג אינדערפרי נאך תפילת שחרית. (כל העולם כולו)
- סאטמארע רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, רעכט אפ מוצאי שבת יארצייט סעודה מיט זיינע חסידים אין גרויסן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג אויף ראדני סטריט, פארט ארויס צום ציון תיכף נאכן סעודה 3 אזייגער פארטאגס. (כל העולם כולו, כל העולם כולו, רעקארד אנליין)
- צווייטער באנד ספר ומשה היה רועה ערשיינט לכבוד די יארצייט. (כל העולם כולו)
- חרדישער זשורנאליסט וואס ארבייט פאר פרנסה פאר פרייע אידישע מידיע קלאגט אן דעם חרדישען מאגאזין בקהלה פאר פופציג טויזענט שקל צוליב דעם וואס זייערס אן עדיטאריעל פון א קאלומניסט האט באשולדיגט דעם זשורנאליסט אלס אויס-חרדי צוליב דעם וואס ער געבט ארויס די שמוציגע וועש פאר אינדערויסן. (בח"ח)
- רב פון אלעד, ר' שלמה זלמן גראסמאן, שרייבט אפ מוחאה בריוו קעגן ליטווישער מעיאר, פון זיין קראנקען בעט אין שפיטאל, וואס דעקט אויף אסאך אינערליכע פאליטישע רייבערייען און ענדיגט מיט סטראשע אז ער וועט אים נישט מוחל זיין אין עולם הבא אויב ער מאכט נישט זיין שוואגער אלס חבר אין מועצה פון שטאטראט. (בח"ח)
- ר' יעקב וויינראט קריטיקירט שטארק דעם העכסטען געריכט אין ארץ ישראל זאגענדיג אז א קרימינאל האט נישט קיין שאנסן דארטן צו באפרייט ווערן. (די מארקער)
- טייל דעמאקראטן באזארגט אז מיטן ענדע פון די דאן איימוס טאלק ראדיאו שוי האבן זיי פארלוירן א וואלן בלאק באזע פון ווייסע מענער וואס זענען נישט פאליטיש געשטימט, און האלטן נישט מיט די פאליטישע שויס. (על.עי. טיימס)
- כינע הייבט אן קאמפיין אויסצורייניגען אינטערנעט פון פארנאגראפיע. (קסינהואנעט)
- טשאוועז פון וואנזועלע ווארענט אז טרופן וועלן באוואכן קאנפעסקירונג פון אלע נאפט קוועלער דורך די רעגירונג. (יאהו)
- ביין סטעם סעל קען מעגליך ווערן געמאכט אלס ספערם פאר פרויען צו געבוירן קינדער אן קיין מאן. (רויטערס)
- אין ליכט פון דאן איימוס פייערונג רופט טאם דילעי פטור צו ווערן פון ראוזי אדאונלד. (עי.או.על.)
- ירושלים: סאטמאר-ארונים קויפן אפ ריזן שטח צו פארגרעסערן זייער ביז-איצטיגער כולל אין צו א ריזן שול אין צענטער פון גאולה. (בח"ח)
- ווייס-סלאנים חסידות אין ירושלים ווערט פרום: דער רבי האט באפוילן צומאכן אייגענע קינדערגארטן אין שיקן צו פרעמדע מוסדות וואס מ'רעדט בלויז אידיש. (בח"ח)
- טבריה: איד דערשטאכן אין שול בעת'ן דאווענען. (וויינעט)
- זשארזש סאראס קעגן עיפאק. (כל העולם כולו)
- זשארזש סאראס איז פאראנטווארטליך אויפן ענדע פון דאן איימוס. (וואל סטריט זשורנאל)
- 2 אראבישע איגענטליכע ארעסטירט אין קאנאדע מאנטריאל אלס פאראנטווארטליך אויף די פייער אין סקווירא חדר און די באמבע דעם פסח ביי אן אידישען צענטער. (די גאזעט)
- שדכן צווישן דעם רוסישען ביליאנער מיט ר' ישעי' בוימלגרין, וואס האט דעם לעצטן געמאכט פאר א מיליאנער פארלאנגט געלט אפצאל פאר די שידוך. (חבד אונליין)
- נייע חרדישע שטאט באשטעטיגט דורך די ארץ ישראל רעגירונג אין נגב וועט הייסן חריש. (דתילי)
- ראסיסטישער דייטשע ארמיי ווידיאו רופט ארויס אויפברויז. (יאהו)
- ערשטע פרוי געבוירט קינד פון סיי פארפרוירן אייער און סיי פארפרויערן זרע. (עי.פי.)
- משגיח כשרות פון די או.יו. וואס ווערט אנגעקלאגט פאר 10 מיליאן דאלער פארלוימדונג נאכדעם וואס ער האט בארעדט א טייערע מאנהעטן רעסטוראנט איז געווען א פרייער ראקער אין זיין איגענט. (נ.י. פאוסט)
- זשוליאני קאמפיינט אין לעיקוואד. (עי.פי.פי.)
- אידישער פראפעסער פון ארץ ישראל טויט צווישן די עטליכע 30 געשאסענע נעכטן אין ווירזשיניע קאלעזש. (זשעי פאוסט)
- ישראלי וואס האט דורכגעפירט מולטי-מיליאן דיאמאנט שווינדל אין אנטווערפן איז ארעסטירט אין פראנקפורט. (זשעי. פאוסט)
- דניאל פערלס נאמען ארויף אויפן האלאקאוסט מוזיעםס וואנט. (לאקאל 10)
- טויזענטע גייען ארויף צום ציון פון יהושע בן נון און כלב בן יפונה. (איזראעל נאצינאל ניוז)
- ארקאידי גאידמאק פרירט זיין נדבה פון 50 מיליאן פארן אידישען אגענטור, נאכער וואס זייערע ביכער ווייזן נישט וואס זיי האבן געטאן מיט 10 מיליאן דעפאזיט. (זשעי פאוסט)
- רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט ערקלערט: מאכן געלט איז אייביג געווען אן אינטערגאלער טייל פון די אידישע רעליגיע. (ניו יארק סאן)
- צוויי ישראלדיקע ביליאנערן ר' לוי לעוויעוו און יצחק תשובה וועלן בויען פרעסטיזשפולע דירות אין תל אביב. (וויינעט)
- אידיש געלט: חרדישע סטאק טראסקעט אויפן ישראל בערזע. פארלירט איבער 400 מיליאן דולער אין ווינציגער ווי 3 שעה. (בח"ח)
- געריכט אין ישראל קעגן פתח תקוה רב, ווא האט נישט געלאזט א פרוי מספיד זיין איר טאטע אין בית החיים. (וויינעט)
- לאנדאן: פאליציי געבן פערמיט פאר קנאים צו פראטעסטירן קעגן הרב שטיינעמאן וואס באזוכט דארטן דעם זומער. (בח"ח)
- לאנדאן: תולדות אהרן רבי, ר' דוד קאהן באזוכט אין שטאט. (בח"ח)
- בילד וויאזוי הונדערטער צה"לניקעס שטופן איין אידיש מתנחלישע מיידל געווינט פוליטסער פרייז אנערקענונג פארן וואל סטריט זשורנאל. - די בילד (בח"ח)
- פייער שטיל-שטאנד אין קרעטשניף: ביידע ברודער, ר' ניסן ראזנבוים דער ארץ ישראל רבי און ר' זיידל ראזנבוים די אמעריקאנער רבי שרייבן אונטער בוררות איבער די ווערד פון צוויי גרויסע געביידעס וויאזוי און בכלל אויב זיך צוטיילן. (בח"ח)
- חיפה: [[ברסלב]ער] חסידים רוקן זיך אריין אין געגנט און נעמען איין א שול צו די פראטעסטן פון די פרייע אידן. (הארץ)
- ר' בנימן זשאלקאווסקי רעדאקטער פון טעגליכען השקפה און פאליטיק וועבסייט זשואיש ווארלד רעוויאו בעט מען זאל דאווענען און געבן צדקה אז זיי פאטער זאל האבן א רפואה. (פעילד משיח)
- טעראריסטישע שיסעריי נעבן בן גוריון עירפארט. (ערוץ 7)
- מיניעפלעס פאליציי אפיצירען וועלן זיך לערנען איבער די האלאוקאוסט. (עי.פי.)
- לכבוד יום השואה, 17 טויזענט באזוכן יד ושם. (זשעי פאוסט)
- פסק הלכה: בחורים און מיידלעך זאלן נישט חתונה האבן פאר די צוואנציג יאר. (וויינעט)
- כשרות: אוי.יו. הכשר סימבאל וועט ערשיינען אין אלע גרויסע נאציאנאלע צייטונגען'ס קיופאןס. (אוי. יו.)
- איד וואס האט זיך אראפגעווארפן פון עמפייער סטעיט בילדינג אין זעלבסט מארד, צינדט אונטער די אידישע בלאגספערע מיט רעדעס פון פארמיאוסקייט און אומצפרידנקייט פון זייער לעבן און די פרומע קהילה. (צירקוס טענט)
- בילדער פון פאנאוויטש די 2 שוואגערס האלטן פתיחה דרשות צום נייעם זמן, רבי שמואל מארקאוויטש האט ליידיג בית מדרש און רבי אליעזר כהנעמאן פולער געפאקטער בית מדרש. (בח"ח)
- הרב משה היינעמאן, הויפט רב פון באלטימאר, אסערט דאס ליינען די לאקאלע אידישע צייטונג וואס האט אויפגעדעקט סעקס אביוז פון רבנים, מחנכים און מלמדים, פון דער ארטיגער קהילה. (דורכגעפאלענער משיח)
- וויליאמסבורג: ר' משה דוד נידערמאן פון יו.זשעי.או. באקונט גרענט פון יו.עס. רעגירונג פאר איבער 300,000 דאלער. (יו.עס. בוזשעט באריכט)
- קידוש ה' פרעזידענט בוש הייבט ארויס די מסירת נפש פון אידישען פראפעסער וואס האט געראטעוועט זיינע תלמיד מיט זיין אייגן לעבן. (וויינעט)
- בארא פארק: הונדערטע אידן באטייליגן זיך ביי לוויה פון העלדישן אידישן פראפעסאר, וואס האט אפגעראטעוועט זיינע צענדליגע תלמידים זאלן אנטלויפן, און זיך געשטעלט בלאקירן די טיר און זיך געלאזט שיסן אויף טויט ביים מאסן שחיטה אין ווירזשיניע-טעק קאלעזש. (ניו יארק פאוסט)
- רייניגער גוי ארעסטירט אין מאנרוי פארן זיך איינברעכן אין בני יואל שול. (רעקארד אונליין)
- אידן זענען מוחה און לאזן זיך ארעסטירן קעגן איבער יו.ען. אז מ'זאל ארויסווארפן איראן פונעם וועלט לענדער ארגענעזאציע. (ישיבה וועלט)
- מירון: לאקאלער קאונסיל הויפט סטראשעט צו אפהאלטן אלע פערמיטס פארן קומענדיגן ל"ג בעומר צוליב די רבנים און עסקנים קארופציע וואס חגא'ט ביים אוהל פון ר' שמעון בר יוחאי. (הארץ)
- סופרים קארט זאגט אז עס איז געזעצליך צו אסערן פארשעל בוירט אבארשען גאר א גרויזאמער פארעם פון אבארשען. (עי.פי.)
- אגודת ישראל קאנגרעטולאטירט און באדאנקט זיך פאר די ריכטער אויפן פסק וואס איז גינסטיג לויט די תורה. (ישיבה וועלט)
- אראבער אטאקירן אידישע קינד אין חברון. (ערוץ 7)
- זשאן קערי: מ'האט נישט געטארט פייערן דאן איימוס. (ניו יארק פאוסט)
- ישראלים ארעסטירט אין לאנדאן פארן אנפירן בתי זונות. (וויינעט)
- הרב אהרן יודא לייב שטיינמאן מיטן גערער רבי ר' יענקל אלטער וועלן אויך באזוכן ענגלאנד נאך פראנקרייך. (הארץ)
- רחמיסטריווקער רבי פון ירושלים שטעלט זיך צו צי די קנאים פון עדה החרדית און הערט אויף נעמען געלט פון ארץ ישראל רעגירונג שטיצע פאר זיין ישיבה. (בח"ח)
- נח'ס תיבה איז פארטיג און גרייט צו ארויס שווימען. (סי.ען.ען.)
- הארץ עדיטאריעל קעגן הרב ישראל מאיר לאו דער געוועזענער אשכנזישער הויפט רב זאל ווערן פרעזידענט פון ישראל צוליב זיין פערזענליכן קארופטירטער לעבן פון פינאנץ און אויך צוליב זיין שטרענגער הלכהדיגער שטאנד בנוגע גענעטישן טעסטן. (הארץ)
- היסטארישע אפמאך אינטערגעשריבן צווישן הסתדרות הרבנים מיטן רבנות פון ארץ ישראל איבער וויאזוי צו מקבל זיין גרים אין כלל ישראל. (וויינעט)
מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 31
- ניו יארקס אידישער גאווערנער, עליעט ספיצער וויל לעגאליזירן געי אישית, אז מענטשען פון דעם זעלבן זשענדער זאלן אויך אנערקענט ווערן צו מעגן חתונה האבן אייןס מיטן אנדערן. (ישיבה וועלט)
- אוי.יו. פארדאמט און פראטעסטירט. (אוי.יו.)
- בן שמונה עשרה לחופה: חרדים באזארגט פון יו.קעי. געזעץ פארשלאג צו פארבאטן חתונה האבן פאר די 21. (טאטאלי זשואיש)
- נייע היסטארישע בוך דעקט אויף אז ר' נחמן ברסלבער האט זיך געוואלט קרוינען אלס משיח. (הארץ)
- איזראלי סטודענט פון בערקלי אוניוועריסטעט פירט דורך שטודיע אויף הלכות נידה און בכלל רוראונג צווישן 2 זשענדערס ביי ארטאדאקסישע אידן. (זשעי)
- ר' אבי שיק דער זוהן פון מארווין שיק העכסטער און נאנטטער אידישע געהילף צו עליעט ספיצער אין אינטערוויו מיטן ניו יארק טיימס. (נ.י.טיימס)
- ר' יעקב אלטר, גור'רע רבי מיט הרב שטיינעמאן פליען אפ קיין פראנקרייך אין מלכותדיגע רייזע צו מחזק זיין די דארטיגע אידישע קהילה. (בח"ח)
- אנטיסעמיטישער אטאקע אויף אידישע פרוי אין פראנקרייך געבט שטאף פאר ניקאלעס סארקויזי אין זיין נאנטער וואלן פארמעסט מיטן לינקן סאציאלען קאנדידאט. ליבעראלען טענהן אז אידן האבן אויפגעמאכט די מעשה צו געווינען פאר סאקרויזי די וואלן. (הארץ)
- זשורנאליסט פון דייטשע מאגאזין ציעט צוריק אינטערוויו סטעיטמענט פון אהוד אולמערט. (וויינעט)
- די ניו יארק פאוסט גייט ארויף א קוואדער מיטן פרייז צו 50 סענט. (נ.י. פאוסט)
- שמעון וויזענטאל צענטער עפענט אויף אפיס אין באסטאן. (זשואיש אדוואקאט)
- הונדערטע דאקטוירים פון די גלות לענדער פארן זיך צנויף קיין ארץ ישראל פאר א קאנפארענץ. (זשעי. פאוסט)
- אנטי-ארץ ישראל עדס וועט צירוקלירן אין וואשינגטאן די.סי. סאבוועי סיסטעם. (וויינעט)
- ארונים שרייען היפאקריטיע פון זאלי דיינים ווייל זיי האבן צוגעלאזט איינמאליגען עירוב דעם שבת אין בארא פארק לכבוד דעם באזוך פון ר' זלמן לייב טייטלבוים אין שטאט. (כל העולם כולו)
- ר' אבי שאפראן:: חרדים האסן נישט קאנסערוועטיוו אידן און רעפארם אידן. (זשעי. פאוסט)
- פעדעראלער ריכטער קריטיקירט לעגענדארן געוועזענער ארץ ישראל הויפט ריכטער אהרן ברק: "ער ברעכט א וועלט-רעקארד מיט זיין געזעצליכער איבערטרייבעכץ. ער איז א געריכטליכער ים רויבער!". (די ניו רעפאבליק)
- צום ערשטן מאל: אראבער באערט אלץ חסיד אומות העולם פארן ראטעווען לפחות 20 אידן, בעתן צווייטע וועלט מלחמה (וואלה נייעס)
- דיעטע: פובליצירט ספעציעלע בילדער וויאזוי א 300 קאלאריעס מאלצייט קוקט אויס (דייעט בלאג)
- פייער אין קראון הייטס. בילדער. (קראון הייטס אינפא)
- קאוקא קאלע פלענט אין ארץ ישראל, די ערשטע אין די וועלט צו פאבריצירן געזונטע קאקא קאולע אן קיין קאלערינג. (ישיבה וועלט)
- מחלוקת וויזשניץ: ר' מענדיל האגער׳ס חסידים פארשפרייטן רדיפות קעגן זיי אויף גוגל ווידעא. (כל העולם כולו)
מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 28
- והיה מחניך טהור: נאכן גרינדונג פון ערשטען היסטארישען כשר'ן וועבסייט בלויז געווידמעט מיטן ציל פאר דעת, נישט פאר נייעס אדער מחלוקת. דורך די עפענונג פונעם פריוואטע פרומע צענזורירטע אידישע וועלט וויקיפעדיע אויפן אינטערנעט, טוען זיך חרדישע אידן באדאנקען פאר זשעי. נעט פארן בלאקירן און פארשפארן, אינטערנעט צוטריט פון אלע אירע קאסטומערס צו ארטיקלן פון די פרייע און אפענע אידישע וויקיפעדיע, און פארפליכטען זיך צו בארייכערן און שרייבן בלויז אינעם חרדישען וויקיפעדיע. (כל העולם כולו)
- באלטימאר: חרדישע רבנים און עסקנים פארדאמען לאקאלער פרייע אידישע צייטונג פארן אויפדעקן נאמען פון טויטען מחנך וואס האט סעקסואל אביוזד הונדערטע תלמידים דורכאויס זיין לעבן אין זיין קאריערע און ארטיגען חדר. רעדאקטאר פון צייטונג ענטפערט: פאר זיינע קרבנות איז ער יא לעבעדיג יעדן איינציגן טאג וואס זיי אמפערן זיך מיט די נפשיותדיגע קאשמארן וואס זיינע וואנדען לעבט אין זיי, ביזן אויפדעקונג און באשרייבונג דערפון וואס היילט זיי ענדליך אויס. (פארווארד)
- באראק אובאמא דורכפאל ביים דעבאטע איבער נישט דערמאנען ארץ ישראל אלס אמעריקעס פריינט, נאר די אייראפעישע לענדער און יאפאן. (ישיבה וועלט)
- שפאלט אין חב"ד, צווישן ר' בערל לאזאר פון רוסלאנד אין די פירערשאפט אין אמעריקע הויפטזעכליך ר' יודא קריינסקי איבער וויאזוי צו האנדלן ווייטער איבערן אויסלייז פון רעביןס ספרים ביבליאטעק. (פארווארד)
- על זשאזירא מידיע קאנפארענץ ברענגט צוזאם א מנין אידן זשורנאליסטען אינעם הארץ פונעם אראבישען וועלט. (פארווארד)
- משמרת הצניעות שלאגט בחורים מיט מיידלעך אין גאולה, אפאר פארוואונדעט און אפגעפריט אין שפיטאל פון גאז שפריץ'ערייען. (בח"ח)
- תימן'ער אידענטום ערוויילט נייעם רב. (יעמען טיימס)
- קאנסערוועטיווע אידישע ראבייס צו בעטן פרעזידענט בוש זיך אוריסציען פון איראק די טרופן. (זשעי.טי.עי.)
- ר' אהרן טייטלבוים איז מבקר חולה קלויזענבארגע רבי דורכן טעלעפאון. (כל העולם כולו)
- ארונים ברויזען אויף כולל שומרי החומות צוליב דעם וואס די הנהלה פארשפרייט שנאר בריוו וואס אנטהאלט ליסטע פון אלע גבאים און די שולען, און זיי רופן בלויז די ראדני סטריט שול קהל יטב לב און נישט די הופער סטריט שול. (כל העולם כולו)
- ר' עזריאל גליק באטייליגט זיך ביי ארונישע יארצייט טיש אין קרית יואל טראץ דעם וואס מ'וויל אים ארויסלייגן פון חברה קדישא. (כל העולם כולו)
- יאסי בראך לויפט נאך די געריכטליכע פראדעצורינגען, מיט ווידיאו קאמערע קעגן משה גבאי פון ר' אביגדור יאקאבוויטשס שווינדלערייען מיט 82 ליע עוועניו. (כל העולם כולו)
- מזל טוב: ראשי הקהילה פון ביידע קעגענארטיגע אפטיילונגען פון באבוב זענען זיך משדך איינער מיטן אנדערן. (כל העולם כולו)
- כאפצעם אין קרוין הייטס. - בילד. (קרוין הייטס אינפא)
- וואונדער: זינגער אבי פיאמנטה פאבליצירט זיין באקאנטע ניגון "סימן טוב ומזל טוב" אויף ספירה מוזיק וואס קוקט אויס גאר עכט. - אודיאו פייל. (חבד אונליין)
- ליבעראלע לינקע פרייע אידן זענען זייער פארווייטאגט אז דער סופרים קארט האט געאסערט גאר גרויזאמע רציחהדיגע אבארשעןס. (אלגעמיינער/יעקב בריל)
- פובלישער פון הארץ וויל ענדערן דעם ארץ ישראלדיגען נאציאנאלען ניגון התקוה אויף נוסח וואָס אַראַבער זאלן אויך קענען זינגען. (אלגעמיינער/יעקב בריל)
- הרב בערנארד לאונדערס, דער 93 יאריגער גרינדער און מנהל פון אלע תורה קאלעזש'עס איבער דער גארער וועלט, און פון לענדערס קאלעזש און פון ישיבת אור החיים ווערט באעהרט ווערן אלס אנערקענונג פון זיין לעבן וואס ער האט מקדיש געווען פאר אידישע חינוך. (אלגעמיינער/יוסף יצחק יעקאבסאהן)
- די ארימקייט אין ארץ ישראל האט פאוואנדעלט די אידישע מדינה צו אדורכפירן פאליסיס אויף אירע בירגער ווי אין א סדום רעגירונג. (שלמה שמיר/אלגעמיינער)
- נייער בוך באהאנדעלט די האלאקאוסט פון די אידן אין די אויגן פון א תמימות'דיגן דייטשע קינד. (יעקב בריל/אלגעמיינער)
- אגודת ישראל פארדאמט נייע רעגולאציעס פון די געזונטהייט דעפארטמענט איבער פריוואטע רעליגיעזע קינדערגארטען'ס. (נ.י. סאן)
- איכא דרכא אחרינא נקרא רשע!: נייע פרומע אידישע וויקיפעדיע מיטן נאמען אידישע וועלט געעפנט געווארן פאר אלע חרד'ישע אידישע נייעס און ארטיקלען. שטעלט פונדאמענט צו בלאקירן יעדעס סארט ארטיקל אדער נייעס פון תועבה אדער חסיד'ישע שמוץ און מחלוקת. אלע פרומע סיסאפס גייט מען פון דא ליקווידירן נעקסטע וואך דורך וואלן [2] און שטעלן במקומם פרייע אידן דאס איבערנעמן די הנהלה. (כל העולם כולו)
- סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג, ר' זלמן לייב טייטלבוים וויילט דעם שבת אין בארא פארק אין הויז פון ר' אברהם לעפאקוויטש, וועט פראווען הנחת אבן הפינה צום נייעם סאטמאר זאלי שול אין ווערד פון מיליאנען דאלארען. (לדעת)
- ר' משה יודא לייב לאנדא, חב"דסקע הויפט רב פון בני ברק, באזוכט אין קרית יואל מאנרוי ביים סאטמאר רבי ר' אהרן טייטלבוים, און זיי גייען דערנאך אויף א שפאציר איבער די ארטיגע מוסדות. (חבד אונליין)
- עדה החרדית שרייבט אונטער הסכם מיט אראבישע גוי'שע פעלד אייגענטומער אין עזה צו קויפן ביי זיי 60 טויזנט טאן גרינצייג אין לויף פונעם שמיטה יאר תשס"ח, ווייל ביי א גוי איז נישטא קיין חיוב שמיטה. חב"ד שליח פון געוועזענער אידישער זידעלונג גוש קטיף, ברויזט און טענה'ט אז דאס איז שטיצע פאר טעראר. (שטורם)
- אינטרעסאנטע דערגרייכונג פאר אידן שומרי שבת: שבת זייגער פאר וועבסייטס, וועט פארשפארן די זייטל אין די זמני כניסת השבת ויום טוב פון די גאנצע וועלט. (ען.אר.זשי.)
- זשערוסאלעם פאוסט: שפאלט צווישן חרדים, דגל התורה די ליטווישע פארטיי גייט אריין אין קאאליציע אויסצופארעמען די ארץ ישראל רעגירונג אן די חסידים דורכן זיך אפטיילן פון אגודת ישראל פארטיי וואס האט זיי ביז איצט פאראייניגט אין איין פארטיי וואס האט געטראגן די פאן פון איין ציל; שבת און אידישקייט קאמף. (זשערוסאלם פאוסט)
- געווינס פאר כשרות?: משגיח פון השגחה קאמפאני אוי.יו. געווינט פסק פון ריכטער אז ער מעג יא רעדן און מעורר זיין אידן איבער פראבלעמען פון רעסטוראנט וואס ער איז געווארן אויפגעזאגט פון זיין זשאב צוליב קריטיק אויפן קאך דארטן, כאטשיג זיינע בעלי בתים די כשרות ארגענעזאציע האלט אז זיין קריטיק האט נישט מיט הלכה. (ניו יארק פאוסט)
- מזרחי טאג-צייטונג הצופה פארמאכט זיך וועט ווערן וועכענטליכער ביילאגע צום טאג-צייטונג מקור ראשון. (וויינעט)
- הוסטאן טעקסעס: אידישער קהילה צושוידערט, נאכדעם וואס משוגענער טענעט גייט אויף מאסן מארד און שיסט זיך מיט זיינע שכנים די אידישע איינוואונער ווייל די קינדער שטערן אים שלאפן. (פאליטיק בלאג)
- ניו יארק גאווערנאר שפיצער מעלדעט צו שאפן נייעם געזעץ צו ערלויבן אומארלישע הייראטן אין ניו יארק. ס'ערשטע אין אמעריקע. וועט אויפשטורעמען דאס אידענטהום. און שטעלן שעלדאן סילווער אין שרעקליכער פארלעגנהייט. (באסטאן גלאוב)
- שבע מצוות בני נוח ווידער געבראכן: מעקסיקא לעגאליזירט עמטליך אבארשען, דעפענירט קירכע. (עי.פי.)
- חסד של אמת: זק"א באקומט 30 נייע מאטארביציקלעך. - בילד. (ישיבה וועלט)
- ברוקלין: ישיבה ווערט קריטיקירט פארן עוועקוארין אלטע מענטשן פון זייער לאנג-יעריגע היימען פאר בחורים דארמיטארי. (ניו יארק פאוסט)
- אידישער פוליטסער פרייז שרייבער, דוד האלבערשטאם וואס האט געטוישט אמעריקעס מיינונג איבער מלחמות געשטארבן אין קאר עקסידענט. (ניו יארק סאן)
- אידישע וויקיפעדיע: חרדישע אידן, זאלי מיט ארוני ניקס צוזאמן ברויזן אין ארונישען הייד פארק פארמאכטן פארום איבער שמוץ אויפן אינטערנעט. רוב רופן צו טעראריזירן באנוצער וואס מאכן, לויט זיי, אז שמוציגע ארטיקלען זאלן זיין די מערהייט אינעם אידישען וויקיפעדיע, אנדערע א מיעוט מער ארונישע ניקס בעטן צו גיין אן טעראר נאר זיך איינשרייבן געהעריג און אזוי ארום איינעמען די סיסטעם פונעם אידישען וויקיפעדיע צו קענען דאס צענזורירן קעגן וויקימעדיע פאונדאוציע פאליסיס אז צענזור איז דא נישט ערלויבט אפילו מען האט א רוב באנוצער וואס ווילן דאס. איין גאר עקסטערמע ארוני וואס רופט זיך אקס, לאכט גאר אפ פון די גאנצע התעוררות און זאגט אז דער אינטערנעט בכלל איז שוין אן אנגייענדער נסיון וואס די היינטיגע היימישע רוחניותדיגע פירער האבן דאס סייווי אלע פון לאנג געאסערט און עס איז נישט קיין שום חידוש די איצטיגער שמוץ צולייגונג צום אינטערנעט, און בעט ענדערשטער צו פאוקסען די קאמפען קעגן די עטרת אברהם זאל וואס איז מער א דירעקטע פראבלעם פאר תורה אידן פון היימישען לאגער. איין ארוני זאגט גאר אז די אידישע וויקיפעדיע איז נישט אויסגעהאלטן פון נאטראלקייט פאליסי, ווייל איר הויפט באנוצער איז א זאלי. (כל העולם עולם כולו)
- ענגלישער וויקיפעדיע: ערשטער מאל אין היסטאריע וואס סיסאפ ווערט ארויסבלאקירט פארן וואנדאלזירן ארטיקלן. פראפעסער ווערט ארעסטירט און ארויסגעלאזט אויף די פריי ווען פאליציי האט געטאן זייער זשאב לויט די אינפארמאציע פון א וואנדאליזירטן ביאגראפיע ארטיקל איבער זיין פאלטשן טעראר הילף. זשימי וועילס באפרייט לאנג-יעריגען וויקיפעדיע קריטיקער וואס האט פארשפרייט פריוואטקייטן פון אירע באנוצער ברעכענדיג די פאליסי פון וויקיפעדיע:פריוואטקייט, ווערט צוריק געבלאקט ווען באנוצער זאגט אז ס'איז זיך אים יא געקומען צו זיין בלאקירט. (סינגפאוסט)
- מעיאר מייקל בלומבערג וויל ארויפלייגן 8 דאלער טעקס פאר יעדעס מאל וואס מ'וועט זיך אריבערכאפן דעם וויליאמסבורג בריק. צוליב די ענווייערמענט. (ניו יארק פאוסט)
- פרומער ליטווישער מעיאר פון ירושלים ר' אורי לופליאנסקי ווערט פארדאמט פארן שטאטסראט סאפנסערונג פון תערובות פייערונג פון יום העצמאות אין צענטער פון ירושלים וואס אסאך חרדים האבן זיך אין איר באטייליגט. (בח"ח)
- ר' יהודא משיזהב מאכט בר מצוה. (בח"ח)
- גאר מיאוסע און שארפע מחלוקת אויסגעבראכן צווישן ר' יוסף יצחק גוטניק און זיין בעסטער פריינט, אן אנדער חרדישער ליובאוויטשער חסיד פון מעלבערן. (די עיזש)
- לעיקוואד: זארג און זיכענישען נאך עלטערער איד וואס איז פארשווינדען זינט שבת פון שול. (עי.פי.פי.)
- חב"ד דעם רבין'ס קאר צוזעצט אין עקסידענט. - בילדער. (קרון הייטס אינפא)
- נייער אידישער בוך אויף ענגליש וואס באהאנדעלט די יידיש שפראך און די חסידיםס עטיטוד קעגן די פרייע סעקולארע אידן ווערט אויסגעלויבט דורכן ניו יארק סאן און פארווארד אז יעדער דארף דאס ליינען אבער די ניו יארק פאוסט באריכט אז דאס איז הוילע און ריינע אנטיסעמיטעזום. (גוואקער). עס באשרייבט די פילע מחלוקת פון חסידים צווישן זיך, און אז רוב חרדים זענען פארברענט ציונים. (פעיזש 6)
- א בליק אין די ניו יארק סטעיט בוזשעט; זעקס הונדערט טויזענט דאלער גייט בלויז צו איין חרדישע וואולטעטיגע ארגענעזאציע. (עי.פי.)
- התאחדות הרבנים נעמט אראפ הכשר פון פאפולערע בעקעריי פון בארא פארק. (חדשות אנש)
- באריס יעלטסין פארשטארבן, ווערט געדענקט לטובה פארן ענדיגן די רוסישע רעגירונג געשטיצטע אנטיסעמיטוזם. (זשעי.טי.עי.)
- לאס וועגאס: פראבלעמען מיט א דעטעקטיוו וואס איז געווארן א בעל תשובה און פאליציי דעפארטמענט לאזט אים בשום אופן נישט וואקסן בארד און פיאות. (לאס וועגאס סאן)
- סוכה ווערט באשולדיגט אין פייער וואס האט פארניכטעט די קלויזנבורגער ישיבה אין בארא פארק. (ניו יארק פאסט)
- בארא פארק: וויכטיגע וואלן פאר דעם שכינותדיגן דיסטריקט קענזינגטאן פון דריי שווארצע פאליטיקער צו פארטרעטן אין קאונסיל. (ניו יארק טיימס)
- די טאכטער פון רבי משולם פייש לאווי, טאהשער רבי, ווערט געגט פון איר מאן מאנסי ליזשענסקער רבי, צוליב דעם וואס זי איז ל"ע נישט געזונט. (בח"ח)
- נתניה חרדי רייבט זיך אויס ביים ביטש אין פארענט פון נאקעטע מיידלעך וואס האבן זיך דארטן געבאדן מיט ביקיניס. אנטלויפט פאר פאליציי קומט אן. (השרון)
- ענגלישער וויקיפעדיע: וואלן פון די באנוצער איבער אראפנעמן אדער לאזן פארלוימדונג ארטיקל אז מדינת ישראל איז ווי די אפארטהייד. (ענגלישער וויקיפעדיע)
- הלכהדיגער שאלה איבער פאסטן און תחנון פאר סאטמארע און הלל והודאה פאר די מזרחי און ציונים, צוליב יום העצמאות וואס איז נדחה געווארן דאס יאר. (דתילי)
- סאטמאר מחלוקת: די צוויי ברודער ר' אהרן טייטלבוים מיט ר' זלמן לייב טייטלבוים טרעפן זיך און זיצן זיך ביינאזאם ביי ניחום אבלים פארן אלעסקער רבי שליט"א. (חדשות אנש)
- וויאזוי ארבייט די הצלחה אדער דורכפאל פון סטאקס ביי חרדים? לויט די שמועס אין מקוה. (הארץ)
- דורכברוך אין חרדישע אינטערנעט באנוץ, אידישע פאפולערע נייעס בלאג, וואס איז נייעס וועט אנהייבן לייגן עדווערטייזמנטס צו די היימישע מארקעט. (וואס איז נייעס)
- ר' יוסף יואל קאהן אינגסטער זוהן פון תולדות אהרן רבי וויילט אויף א שבת אין אילת. (בח"ח)
- ברוך דיין האמת: הרב ר' יונה פילאפף, לאנגיעריגער מגיד שיעור אין סאטמאר ישיבה גדולה אין קרית יואל, פאטער פון ר' מנשה פילאפף און ר' זלמן לייב פילאפ, נפטר געווארן אין קרית יואל. (כל העולם כולו)
- פאטער פון ר' מענדל דאווידאוייטש, און ר' צבי ראובן דאווידאוויטש, פון די פירענדע פערזענליכקייטן פון די עדה החרדית און מנהל פון דושינסקי מוסדות, נפטר געווארן (בח"ח)
- אויספארשונג אויף הצלה ישראל קומט צום אויספיר אז מ'זאל דאס פארמאכן צוליב געלט מיסברויך'ען. (בח"ח)
- אנקעטע פון אלע חרדישע מנהלים ווייזט: בלויז דריי און זעכציג פראצענט קוקן אן זייער זשאב צו פארטיפערן די דעת אין זייערע תלמידים. (הארץ)
- געריכט אין ארץ ישראל הייסט פאליציי צאלן צען טויזענט שקלים פאר אומ-שולדיגע טאטע און זוהן וואס האבן געכאפט מכות בשעת קנאים ראיאטען. (סקופ)
- ארונים ענדיגן מקח אויף זייער ווייט עוועניו געביידע אין וויליאמסבורג. (כל העולם כולו)
- געפ קומט ארויס מיט וויליאמסבורג זשין'ס. (ברוקלין רעקארד)
- גאלדערס גרין: פראבלעם מיט פאליציי וואס קומט נישט אן ביי אנטיסעמיטישע אטאקעס מאכט אז געשעפטן נעמען זיך אויף אייגענע זיכערהייט מיטלען. (העםהיי)
- ארץ ישראל נהריה: מאן אפגעביסן צונג דורך ווייב אינמיטן שטארקע ליבע. (עם.עס.ען.)
- היטלערס קאנצערט ברויזט אויף ניו זילאנד אידן. (זשעי. פאוסט)
- רבי נפתלי בלומענפעלד הויפט מנהל פון קווינס ישיבה אין שפיטאל איבער שבת ליידענדיג אויף א רויז, איבערגעגעבן אלע פונקציעס פארן שטעלפארטרעטער ר' אהרן ווייס הויפט משגיח אין ישיבה. ווידערעפענונג פון קווינס ישיבה צום התחלת הזמן אפגעשטופט צוליב דעם פון פארגאנגענעם דאנערשטאג צום היינטיגן זונטאג. (אבי מלעבט)
מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 21
- וויליאמסבורג אין שאק: רויבער וואס האבן צוגעכאפט טייערע זשולערי פון חרדישע ווייבלעך אונטער גאן דראונג, בשעת זיי האבן איינגעקויפט אין די לאוער איסט סייד, אין א סחורה געשעפט אויף דעלענסי קאר ארטשארד סטריט, אנטלאפן אויף די פריי. (ניו יארק וואן)
- הויפט דעמאקראט הערי ריעד ערקלערט פארן פאלק און פאר דער וועלט: אמעריקע האט פארלוירן די איראק מלחמה. (רויטערס)
- פאליציי פאדעכטיגט חרדים אין באמבע אטאקע נעבן בית שמש צוליב די שטאלץ מארטש. (וויינעט)
- פאריז: רב אטאקירט אין סאבוויע סטאנציע. (אי.זשעי.פי.)
- קאסטומער קויפט א פאר שיך און געפינט דערין א סאוואסטיקע - ווידעא. (פאקס ניוז)
- מיידלעך אין בית יעקב שולע וואס האבן זיך אויפגעשטעלט ביים יום השואה סירענע פייעפער צו געדענקן די 6 מיליאן קדושים באשטראפט אז זיי מוזן זאגן תהלים אגאנצן טאג צוליב דעם וואס דאס איז א פרייע מנהג. (זשעי פאוסט)
- אינגע מערדער וואס האט געבראכן היסטאריע אנמאכענדיג די ווירזשיניע טעק שחיטה איז געווארן געטשעפעט נאכאנאנד אויף זיין איזיאנער אפשטאם און שעמעדיגע נאטור. (ניו יארק פאוסט)
- שווערע מחלוקת אין ליטווישען הכשר ארגאניזאציע שארית ישראל מאכט אן הלכהדיגע שאלה איבער חמץ פארקויף. (בשעה טובה)
- געזונטהייט: סייענטיסטן פירן דורך שטודיע וואס צייגט אז פארקלערנען די צאל זאלץ אין אייער דיעטע טוט נישט נאר אפנידערן אייער בלוט דרוק נאר אויך פארמינערן די שאנסן פון הארץ אטאקעס. (ניו יארק פאוסט)
- קאנאדע ביזנעס-מאן קלאגט אן וויקימעדיע פונדאציע פארן אביוזן זייער כוח אין זיין ביאגראפיע ארטיקל וואס איז געווען מער נעגעטיוו ווי פאזיטיוו. (לאקאל מידיע)
- פארשלאג אין כנסת אז ארץ ישראל רעגירונג זאל געבן געלט פאר ביזנעסער וואס נעמען אריין חרדים און פראגראם זיי צו שיקן ארבייטען, רופט ארויס ברויז און פראטעסט פון פרייע אידן איבער דיסקרימינאציע. (הארץ)
- וועלט בארימטער חרדישע עסקן ראביי גלאק ל"ע אוועקגעפאלן מיט הארץ אטאקע. (ישיבה וועלט)
- הארץ (צייטונג) פרויפיילט חרדישע פרוי הויפט פון עדווערטייזונג דעפארטמענט אין יתד נאמן וואס שפיגלט לויט זיי אפ די פארשריט אדער טויש פונעם היינטיגן אלגעמיינע ליטווישע פרוי וואס איז פיל מער מאדערן ווי זייערע מאמעס. (הארץ)
- חב"ד מחלוקת: הרב ברוד ערקלערט אז ר' שלום דוב וואלפא איז א פראוואקאטירער פונקט ווי אבישי רביב. (שטורם)
- ירשולים: חרדישער דירות פראיעקט אין דערנעבענדיגער זידלונג גבעת זאב ווערט געבאלקט דורך פרייע שטאטראט מיט דער טענה אז דאס וועט טוישן פארב פון שטאט. (לאקאל)