אינטערנאט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דארמיטארי)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

אן אינטערנאט איז א געביידע וואס איז געמאכט בעיקר פאר שלאפן פאר מערערע מענטשן, עס ווערט געווענטליך גענוצט און קאלעזשעס, ישיבות און די מיליטער.

אינטערנאט אין ישיבות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אסאך ישיבות האבן א פלאץ ווי בחורים שלאפן ווען זיי זענען אין א ישיבה אוועק פון שטוב. רוב ישיבות וועלכע נעמען אריין בחורים פון אויסערן שטאט שטעלן צו א פלאץ פאר די בחורים צו שלאפן. די באוואוסטע מירער ישיבה אין ירושלים, זייענדיג די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט, ערלויבט די בחורים זיך אליינס צו דינגען א פלאץ ווי צו שלאפן, אבער רוב בחורים האבן א פלאץ אין איינעם פון די אינטערנאטן.

אין אינטערנאטן זענען דא תקנות ווען מען מעג זיך דארט דרייען, און רוב ישיבות פארבאטן די טירן פון די שטובער פון צו האבן שלעסער כדי צו פארמיידן דברים אשר לא יעשו.