אתרא קדישא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אתרא קדישא איז אן ארגאניזאציע וואס אלאמירט און היט אויף אור-אלטע קברים אין ארץ ישראל וואס זענען נישט אנגעצייכנט אלס קברים, די ערד פון ארץ ישראל איז פיל מיט זיי.

דער ערשטער פארזיצער איז געווען אברהם ברוך אראטען און צווישן די מיטגלידער אין דער הנהלה איז געווען נחום יואל האלפערין. דער קאסירער פון דער ארגאניזאציע איז געווען דער סוחר יחיאל בענעדיקט (דער שווער פון הרב מאיר סאלאווייטשיק) און נאך אים הרב משה יהושע לאנדא. אין די אנהייב תש״ל יארן האט אראטען פארלאזט די ארגאניזאציע און האלפערן האט איבערגענומען די פירערשאפט. עטלעכע יאר שפעטער איז דער היינטיגער פירער פון אתרא קדישא באשטימט געווארן, ר' דוד שמידל.

זומער 1998, אין פארלויף פון ברוקירן דעם עוזי נרקיס שאסיי אין ירושלים, האט מען געטראפן קברים אויף דער ליניע פונעם פלאנירטן שאסיי, נאענט צו פסגת זאב. הרב יוסף שלום אלישיב האט איבערגעגעבן זיין דעה אז מען קען אריבערפירן די קברים מיט געוויסע באדינגונגען. קעגן אים האבן געהאלטן דער בית דין פון דער עדה החרדית אז ס׳איז נישט פאראן קיין היתר לויט דער הלכה צו באוועגן די קברים. אויך די רבנים משולם דוד און מאיר, קינדער פונעם בריסקער רב, האבן מיטגעהאלטן, אויך ווען לויט דער הלכה מעג מען באוועגן די קברים, זאל מען דאס אבער נישט טון וועגן א חשש אז מען ווען ניצן דעם היתר ווען מען דארף נישט.

נאך דעם האט אתרא קדישע צעשפאלטן צוליב א שטארקער קריגעריי מיט רב אלישיב, וואס האט געשטיצט אויפשטעלן א נייע ארגאניזאציע אונטער זיין קאנקורענט מיכה רוטשילד, וואס פלעגט זיין דער ארבעטער פון הרב שמידל, צוזאמן מיט חזקיהו קאלמאנאוויטש און יואליש קרויס מיט ישראליק אייזענבאך.