משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי משולם דוד סאלאווייטשיק (געבוירן תרפ"ב, 1921) פירט א בריסקער ישיבה אין ירושלים. ער איז דער נשיא פון דער עדה החרדית.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי משולם דוד איז געבוירן געווארן אין תרפ"ב צו הרב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, שטאטס רב פון בריסק און זיין ווייב, מרת אלטא הינדא, טאכטער פון הרב חיים אוירבאך. ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי אשר שטערנבוך פון לאנדאן, א שוועסטער פון הרב משה שטערנבוך, היינטיקער ראב"ד פון דער עדה החרדית.

ער איז געווען א מגיד שיעור אין דער בריסקער ישיבה פון זיין ברודער הרב בערל. נאך זיין ברודערס פטירה זענען געווען חילוקי דעות ווער זאל איבערנעמען די ישיבה, און רבי משולם דוד האט אויפגעשטעלט אן אייגענע ישיבה אינעם גוש שמונים געגנט אין ירושלים. רבי דוד'ס ישיבה פירט זיך ווייטער אין דער בריסקער שיטת הלימוד, מיט א דגש אויף התמדה אין לערנען. די ישיבה פון זיין נעפע רבי אברהם יהושע לייגט א דגש אויף חריפות אין לערנען. אנדערש ווי רבי אברהם יהושע, וואס איז שטארק מקפיד נישט צו פארשפרייטן זיינע שיעורים אינדרויסן פון דער ישיבה,רבי דוד'ס שיעורים זענען געדרוקט און פארעפנטליכט.

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיין זון, הרב יצחק זאב, איז א מגיד שיעור אין זיין ישיבה. זיין איידעם, הרב נחמיה קאפלאן, איז ראש ישיבה פון "שער התלמוד".


רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]