גוש קטיף
גוש קטיף, איז געווען א געגנט פון באזעצונג, אין די פארנומענע געביטן, אין עזה שטרייף. די געגנט האט געהאט עטליכע שטעטלעך און דערפער, סמערהייט רעליגיעזע אבער אויך אנדערע, וואס ישראל האט אויפגעשטעלט דורכאויס די 1980ער יארן, מיט די גוטהייסונג פון זיכערהייטס מיניסטער אריק שרון, און די שטיצע פון דאן פרעמיער מיניסטער מנחם בעגין.
די ערשטע דערפער זענען שוין אויפגעשטעלט געווארן אזוי פרי ווי אין יאר 1970.
"כפר דרום" איז געווען א יידישע שטעטל נאך איידער די גרינדונג פון מדינת ישראל, און איז עוואקואירט געווארן דורכאויס די מלחמת השחרור.
די גוש רעכנט אריין די געגנט פון דרום מערב עזה פאס ביים ים, וועלכע האט געהאט זעכצן שטעטלעך און דערפער אין 2005, און נאך דריי אנדערע וועלכע זענען געווען נאנט צו די שטאט עזה, צפון זייט פון שטרייף.
די פלאן פון אויפשטעלן די זידלונגען האט פארגעשלאגן יגאל אלון, אין יאר 1968. א פלאן גערופן געווארן "דאס אלון פלאן", אנהייב זענען צוויי מיליטערישע דערפער געגרינדעט געווארן, וועלכע זענען שפעטער ציוויליזירט געווארן, און נאך אנדערע זענען אויף געשטעלט געווארן.
די איינוווינער האבן זיך באשעפטיקט מיט אגריקולטור, און מיט אינדוסטריע, וועלכע האבן אלע ביידע געהאט סוקסעס.
אין יאר 2003, האט אריק שרון פון די הויפט שטיצער ביים אויפשטעלן, דורכגעפירט די ריקצוג פלאן, אין זיין רעגירונג, און צוויי יאר דערויף באפולמעכטיקט, ווען די איינוווינער האבן געמוזט פארלאזן די געגנט, אויפן איינזייטיקן קאנצעסיע פון שרון.
לויט ווי שטודיעס צייכענען אן, האבן אסאך פון די איינוווינער קיינמאל נישט באוויזן זיך צוריק צו שטעלן אויף די פיס, און האבן פארלוירן ארבעט, און א טייל וווינען נאך ביז היינט אין פראוויזארישע וווינונגען, ווי אין הייזער פון (מאבילס).
אין אויגוסט 2008 האט מען אויפגעשטעלט דעם גוש קטיף מוזיי אין ירושלים וואס טוט פאראייביקן דאס לעבן אין גוש קטיף און את החיים בגוש און דאס פארלאזן דעם ארט.