סאטמאר שוהל ראדני

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ראדני סטריט שול)

דער סאטמארער בית המדרש אויף ראדני איז א גרויסע סאטמארער זאלי שול אין וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק, און געפינט זיך אויף 152 ראדני סטריט. דאס ביהמ"ד איז געווען די אפיציעלע גרויסע שול פון סאטמארער חסידים, און דארט האבן געדאווענט די פריערדיגע סאטמארער רבי'ס רבי יואל טייטלבוים זצ"ל און רבי משה טייטלבוים זצ"ל.

היינט איז זי דער צענטראלער בית המדרש פון רבי זלמן לייב טייטלבוים.

די שול איז באנייט געווארן א' סליחות תשכ"ט.

ביז דאן איז געווען די סאטמאר שול אויף 550 בעדפארד, דער ארט ווי די הויז פונעם לעצטן סאטמארער רבי׳ן, רבי משה טייטלבוים זצ"ל, האט געוואוינט, און היינט וואוינט דארט דער סאטמארער רבי ר' זלמן לייב.

זייט דער סאטמארער מחלוקה, איז די אייגנטומערשאפט אין פירערשאפט פונעם ביהמ"ד געווען אונטער קריגערייען, ביז עס איז אנגעקומען צום גוי'אישן געריכט, און ר' זלמן לייב האט געוואונען, דעריבער איז זי היינט א סאטמאר-זאלונישע שוהל.

די אהרונים האבן זיך געבויט א נייע אייגענע צענטראלע שול אויף הופער, וואס געפינט זיך אויף 13 און 14 הופער סטריט.