לדלג לתוכן

קאנסערוואטיוו יידנטום

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קאנסערוועטיווע איד)

קאנסערוואטיוו־ייִדנטום (אדער טראדיציאנאל־ייִדנטום) איז א אידישע רעליגיעזע שטרעמונג וואס אנטהאלט איבער מיליאן מיטגלידער. די קאנסערוואטיוון האלטן אז מ'דארף האלטען אידישקייט נישט וועגן דעם וואס דער אייבערשטער האט מגלה געווען די תורה ביי הר חורב, נאר וועגן דעם וואס עם ישראל האט דאס געהאלטן פאר דור ודור.

די באוועגונג מישט זיך ווייניג אין פראגן פון אמונה, און אקצעפטירט גאנץ פארשידענע פאזיציונען, פון כמעט-אטעיזם וואס פארשטייט די תורה אלס א מענטשליכע פראדוקט, ביז כמעט-ארתאדאקסי וואס איז שטרענג אין האלטן הלכה און גלייבט ווי די פרומע. אבער אפילו די פרומסטע קאנסערוואטיוון גלייבן אז די הלכה איז עפעס וואס האט זיך אנטוויקעלט ווי אין דער געשיכטע, און איז נישט באקומען געווארן פון הר חורב. קריטישע פארשטענדניס פון דעם הלכה איז דער גרויסע עיקר פון דעם באוועגונג, און דער אמת'דיגע אונטערשייד וואס שפאלט די קאנסערוואטיוון פון די תורה-טרייע ("ארטאדאקסן"). דאס האט זיך אנגעהויבן אין יאהר תרי"ט, אלס ר' זכריה פראנקעל, וואס איז געזען געווארן אלס דער גרינדער פון זיי, האט געשריבן אז "הלכה למשה מסיני" איז נישט טאקע פון סיני, נאר זייער אלטע מנהגים. דער רש"ר הירש און ר"ע הילדעסהיימער האבן געשריגן און געמאכט א גרויסע מחלוקת קעגן איהם, ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ער גלייבט נישט אין תורה מן השמים.

אין די פראגן פון הלכה, האבן אויך געפירט צו גרויסע שינויים און חידושים. ביז יאהר תש"ח, האבן זיך די קאנסערוואטיוון נישט דערוואגט מאכן קיין פסקים קעגן גדולי ישראל אין אמעריקע; זייער אנפירער, ש"ז שעכטער, האט אסאך געהאלטן פון דער עיקר פון כלל ישראל. אבער דעמאלסט זענען די ליבעראלן יצאו ביד רמה, און גענומען שליטה אויף די באוועגונג. זיי האבן געגרינדעט די Committe of Jewish Law and Standards ווי א נייע סנהדרין, וואס קען מאכן תקנות חכמים ווי אזוי זי וויל, אויך קעגן פסיקות ראשונים. אין תש"י האבן זיי מתיר געווען לעקטער אויף שבת, און מתיר געווען צו פירען א מאשין צו שול אויף שבת (פאר דעם וואס מ'דארף דאווענען, און די איסורים זענען נאר א מלאכה שלא צריכה לגופה); אין תשי"ב, האבן זיי מתיר געווען פאר כהנים חתונה צו האבן מיט גרושות; אין תשכ"ח, האבן זיי געמאכט א אפקיענהו רבנן לקידושין, אז מ'קען באקומען א גט אן א הסכמה פונם בעל/אישה; אין תשל"ב, האבן זיי מתיר אלע קעזן, פאר דעם וואס דער ענזים פון וועם מ'מאכט זיי הייסט שוין גענוג "פנים חדשות"; אין תשל"ג, האבן זיי אנגעהויבן מצרף זיין פרויען צו מניין, קודם פאר דעם וואס דער מג"א האט געשריבן וואס פרויען קענען טעארעטיש זיך מתחייב זיין אויף מצוות עשה שהזמן גרמא, און שפעטער פאר דעם וואס זיי האבן ענטשידען אז פרויען זענען גלייכבארעכטיגט; און אין תשס"ו, כתבו גמסיות לזכרים.

אין 1985, אַמי איילבערג איז אָרדיינד, די ערשטע פרוי רב אין קאנסערוואטיוו יידנטום.[1]

דאס קאנסערוואטיווע אידנטום איז דער דריטע גרעסטע אידישע שטרעמונג איבער דער גארער וועלט, נאך די ארטאדאקסן (בערך פיר מיליאן) און די רעפארמער (כמעט צוויי מיליאן). די מערהייט קאנסערוואטיווער זענען פלאצירט אין די פאראייניגטע שטאטן.

  1. "Amy Eilberg." Jewish Women's Archive. Jwa.org. Accessed May 3, 2012.