עזריאל גליק

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


ר' עזריאל גליק איז דער גבאי פון די סאטמארער רביס. ער איז געווען גבאי פונעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים און פון זיין פלימעניק רבי משה טייטלבוים דער צווייטער סאטמארער רבי. היינט איז ער דער גבאי ביי רבי זלמן לייב טייטלבוים פון וויליאמסבורג.

נפטר געווארן אור ליום י"ט אייר ל"ד בעומר תשע"ד לפ"ק, זיין לוי' איז פארגעקומען אין היכל הביהמ"ד הגדול ראדני סטריט און דאן אין קרית יואל לפני ביתו, נטמן געווארן אין שטח החדש פון בית החיים דקרית יואל.

ר'עזריאל האט משמש געווען דעם ערשטן רבי ר' יואל; די לעצטע 12 יאר פון ווען ר' יואליש האט באקומען דעם סטראק איז ר'עזריאל נישט אהיים געגאנגען שלאפן ביי זיך אינדערהיים נאר איז געווען 24 שעה א טאג ארום דעם צדיק.

ר'עזריאל געהאט זייער א גוטע שפראך צום סאטמארער רבין, און ער האט געקענט ארויסבאקומען ישועות פאר אידן דורך זיין אייגענארטיגער שפראך.