לדלג לתוכן

אליעזר כהנעמאן

פֿון װיקיפּעדיע
אליעזר כהנעמאן
געבורט 1947 (אלט 77 בערך)
י"ג תמוז תש"ז
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג מתנגדים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב אליעזר כַּהַנעמאַן (געבוירן י"ג תמוז תש"ז, 1טן יולי 1947) איז דער נשיא פון דער פאנאוויעזשער ישיבה, ד״ה אז ער פֿירט די אדמיניסטראציע און רעפרעזענטאציע פון דער ישיבה.

ער איז געבוירן געווארן צו הרב אברהם כהנעמאן און זיין ווייב רבקה אין די פאראייניגטע שטאטן, ווען זיי זענען געווען דארט פארן צוועק פון שאפֿן געלט פֿאר דער פאנאוועזשער ישיבה. זיין זיידער איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה, הרב יוסף שלמה כהנעמאן.

ער האט געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה. אין יאר ה'תשכ"ט (1969) איז זיין זיידע נפטר געווארן און זיין פאטער האט איבערגענומען די נשיאות פון דער ישיבה.

ער האט חתונה געהאט מיט אלישבע, טאכטער פון רבי שלאמקע בערמאן און אן אייניקל פון הרב יעקב ישראל קאניעווסקי. נאך דער חתונה האט ער געלערנט ווייטער אין דער ישיבה. במשך די יארן האט ער אנגעהויבן העלפֿן זיין פֿאטער מיט פֿארוואלטן די ישיבה. ער איז באשטימיט געווארן הויפט געלטשאפֿער פאר חוץ לארץ, און פאראנטווארטלעך אויף די אומבאוועגלעכע גיטער פון דער ישיבה. נאָך זיין פאטער׳ס פטירה אין 2009 האט ער איבערגענומען אלס נשיא. ער פירט עטלעכע ״דינערס״ וואן מען שאפט געלט און וואו ער איז דער הויפט רעדנער.