לדלג לתוכן

סדום

פֿון װיקיפּעדיע

סדום מיט נאך פיר שטעט, עמורה, אדמה, צבויים און צוער זענען פינף היסטארישע שטעט וואס ווערט געברענגט איבער זײ פארשידענע געשיכטעס אין די תורה.

דער שטאט סדום איז לויט די היסטאריע פון די תורה געווען א שטאט ווי די איינוואוינער זענען געווען שלעכט, אומפארגינעריש און אומרעכטפארטיג איינעם צום אנדערן, לויט חז"ל האט מען דארט באשטראפט איינער וואס האט געטאן א געפעליקייט פאר א צווייטן.

ביזן היינטיגן טאג, טוט דער ווארט סדום סימבאליזירן אן אקט אדער איינפירעכטס פון אומ'יושר אדער אומציווילירט. ווי עס ווערט אנגערפן "חוקי סדום" און אויף ענגליש רופט זיך עס "sodomy". אויך די משנה און מסכת אבות כאראקטיזירט אן אומפארגינער אלס "מדות סדום", ווי די משנה זאגט: שֶלִי שֶלִי וְשֶלָך שֶלָך זוּ מֶדַת סְדוֹם, טייטש: מיינס איז מיינס און דיינס איז דיינס דאס איז א מדה פון סדום.

די געשיכטע אין דער תורה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
"הר סדום" ביים דרום שפיץ פון ים המלח

דער שטאט סדום ווערט געברענגט אין פרשת וירא איז געווען זייער א שלעכטע און א זינדיגע שטאט.

גאט האט באשלאסן איר צו פארטיליגן.

גאט לאזט וויסן פאר אברהם אבינו זיין פלאן צו איבערדרייען סדום. אברהם פרובירט צו מלמד זכות זיין און אפרופן די גזירה. אבער וויבאלד עס געפונען זיך נישט קיין צען צדיקים אין סדום ווערט די גזירה פארזיגלט.

באותו זמן האט געוואוינט דארט לוט, דער ברודער פון שרה, מיט זיין ווייב און זיינע צוויי טעכטער. גאט האט געשיקט צו אים די צוויי מלאכים וואס זענען געווען באזוכן ביי אברהם, זאלן אים ראטעווען און אים נעמען, זיך צו אויסבאהאלטן צו א דערביי נעבענדיגער שטאט מיטן נאמען צוער, וואס די שטאט איז אפגעשוינט געווארן נאר כדי צו ראטעווען לוט.

די איינוואוינער פון סדום דערוויסן זיך פון די צוויי באזוכער ביי לוט. די גאנצע שטאט זאמעלט זיך אן ארום לוט'ס הויז און ווילן טשעפן די צוויי מלאכים. לוט בעהט זיך ביי די שטאט מענטשן נישט צו טשעפען די געסט, ער אפפערט זיי זיינע צוויי אומ-פארהייראטע טעכטער פאר אן אויסטויש אנשטאט די מלאכים. די מענטשן עקשנ'ען זיך און ווילן זיך איינברעכן און לוט'ס הויז. עס געשעט א נס און אלע אנגריפער ווערן בלינד און קענען נישט גרייכן די טיר פון הויז.

לוט פאקט פעק צו אנטלויפן פון סדום. ער פרובירט אויך צו ראטעווען זיינע צוויי איידעמער, און בעט זיי זאלן מיטקומען מיט אים. די איידימער זענען געווען פארהייראט צו אנדערע צוויי טעכטער פון לוט, אויסער די וואס האבן זיך שפעטער געראטוועט צוזאמען מיט לוט. די איידימער לאכן זיך אויס און בלייבן אין סדום.

ווי נאר לוט קומט אן קיין צוער האט גאט געלאזט אראפרעגענען שוועבל מיט פייער אויף סדום מיט נאך דריי דערנעבענדיגע שטעט, עמורה, אדמה און צבויים, וואס האט פארברענט און פארניכטעט די מענטשן.

אויך די ערד זעלבסט איז אויף א פערמאנאט אופן קאליע געגאנגען, אזוי אז מ'קען דארט קיינמאל אנזייען געוואוקסן. ווי די פסוק זאגט אין פרשת נצבים ”גָּפְרִית וָמֶלַח שְׂרֵפָה כָל-אַרְצָהּ לֹא תִזָּרַע וְלֹא תַצְמִחַ וְלֹא-יַעֲלֶה בָהּ כָּל-עֵשֶׂב כְּמַהְפֵּכַת סְדֹם וַעֲמֹרָה אַדְמָה וּצְבֹיִים אֲשֶׁר הָפַךְ יְהוָה בְּאַפּוֹ וּבַחֲמָתוֹ”.

איידער די איבערקערניש איז סדום געווען פון די פעטסטע און פרוכטבארע פעלדער אין ארץ ישראל. ווי מ'געפינען מיר אז ווען לוט האט זיך אפגעטיילט פון אברם, איז ער געגאנגען דרום-וועגס צו סדום, כדי צו אנפיטערן זיינע רינדער און פי. ווי די פסוק זאגט אין בראשית י"ג ” וַיִּשָּׂא לוֹט אֶת עֵינָיו וַיַּרְא אֶת-כָּל כִּכַּר הַיַּרְדֵּן כִּי כֻלָּהּ מַשְׁקֶה לִפְנֵי שַׁחֵת יְהוָה אֶת-סְדֹם וְאֶת-עֲמֹרָה כְּגַן יְהוָה כְּאֶרֶץ מִצְרַיִם בֹּאֲכָה צֹעַר”.

אויך איז די שטאט פיזיש איבערגעדרייט געווארן, קאפ אראפ פיס ארויף, די אלע פיר שטעט זענען געזעצן אויף איין גרויסע שטיין און גאט האט גענומען די שטיין און עס גענצליך איבערגעדרייט.

לוט'ס ווייב וואס איז אויך געווען א זינדיגער, ווערט טראנספארמירט צו א שטיק זאלץ.

מאפע פון די געגנט פון ים המלח וואס מען גלויבט איז סדום.

עס איז נישט קלאר פונקטלעך ווי סדום איז היינט, די אנגענומענע מיינונג אין די וועלט אז עס איז ווי דער ים המלח איז און די אומגעגנט, אין דרום ארץ ישראל. וואס איז היינט אונטער דער הערשאפט פון מדינת ישראל און עס איז א שיינער רעזארט ארט מיט האטעלן און בעדער, ווי מענטשן פארן אהין אויף אוירלויב.

אין דער תורה זעט מען אז עס איז א חלק פון ארץ ישראל ווי דער פסוק זאגט אין פרשת נח ”וַיְהִי גְּבוּל הַכְּנַעֲנִי מִצִּידֹן בֹּאֲכָה גְרָרָה, עַד-עַזָּה בֹּאֲכָה סְדֹמָה וַעֲמֹרָה וְאַדְמָה וּצְבֹיִם עַד לָשַׁע” און כנען איז ארץ ישראל.

אויך דער רמב"ן אין פרשת נצבים זאגט אז די אורזאך פון די איבערקערניש פון סדום איז נאר ווייל עס איז א חלק פון ארץ ישראל.


קאארדינאטן: 31°12′N 35°30′E / 31.200°N 35.500°E / 31.200; 35.500