פאול וואלפאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
פאול וואלפאוויטש
Paul Wolfowitz
געבורט 22 דעצעמבער 1943 (אלט 80)
ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פאול וואלפאוויטש

פאול וואלפאוויטש (געבוירן דעם 22סטן דעצעמבער 1943) איז א געוועזענער אמעריקאנער אקעדעמיקער און רעגירונג איינגעשטעלטער. דינענדיק אלס אונטער-סעקרעטאר פון פארטיידיקונגס מינעסטעריום איז ער געווארן באטראכט אלס פרעזידענט בושס הויפט יועצים וואס האבן געשטופט די מלחמה אין איראק און איז געווען דער הויפט ארכיטעקט וויאזוי דאס אויסצופירן. אום 1טן יוני 2005 איז ער דערהויבן געווארן צו אנפירן די ארימקייט פראבעלם לעזונג פון דער גאנצער וועלט, אלס פארזיצער פונעם וועלט באנק. ער האט רעזעיגנירט 17טן מיי 2007 צוליב זיין קאנטרעווערסיעלן שתדלנות אז זיינס א מיידל פריינט זאל ערהויבן ווערן צו א העכערע פאזיציע.

אידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיין פאטער איז א ניו יארקער איד אן אימיגראנט פון פוילן, און זיין גאנצע משפחה פון פאטערס זייט זענען פארטיליגט געווארן אין אוישוויץ, דאס האט שטארק באיינדרוקט אים צו ווערן אקטיוו אין גלאבאלע וועלט פאליסי.

ער איז געווען באטראכט פון די וועלט אלס זייער פרא-ציוניסטיש געשטימט און די ליבעראלן פלעגן שטענדיג אנווייזן אז בלויז צוליב די ציונים ווי וואלפאוויטש זענען מיר אין איראק וואס מיר פארלירן די טויזנטער קרבנות דארטן אן קיין שום דירעקטע ציל פאר אמעריקע, נאר בלויז פאר די זיכערהייט פון ארץ ישראל וואס איז געווען באדראעט פון סאדאם כוסעין.

זיין רעזיגנאציע האט אויך געהאט צו טאן מיט זיין רעכטן קאנסערוועטיווען אויסקוק אויף די וועלט, וואס האט פון ערשטן טאג אויפגערעגט אלע וועלט לענדער ווען בוש האט אים אריינגעשטעלט אנצופירן דעם וועלט באנק און די עטיקס ברעכונג וואלט ווען פון זיך אליין'ס נישט געווען אזא גרויסע עוולה צו רעזיגנירן ווייל די מיידל פריינט פאר וועמען ער האט געשתדלט איז גאר אן אראבער'קע און זי דארף נישט אנקומען צו זיין הילף ווייל זי איז גאר א גרויסער אקאדעמיקער בזכות עצמה.