לדלג לתוכן

סאטמאר ישיבה גדולה (קרית יואל)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ישיבה גדולה אין קרית יואל)

די ישיבה גדולה אין קרית יואל, ווי מ'רופט זי "די קרית יואל'ער ישיבה", איז די אפיציעלע ישיבה פון סאטמאר זינט תש"ם, אנגעפירט דורך הרב אהרן טייטלבוים שליט"א, רב און סאטמארער רבי פון קרית יואל זינט תשמ"א , ביז דאן איז דער ראש ישיבה געווען, ר' מרדכי זילבערשטיין , און בעפאר הרב נתן יוסף מייזעלס ז"ל.

די ישיבה איז היינט איינגעטיילט אין 5 אפטיילונגען ווי פאלגנד: די ערשטע דריי יארגאנגען פון דער ישיבה 17/18/19 זענען איינגעטיילט צווישן פיר מנהלים, הרב קלמן הלברשטאם שליט"א אב"ד צאנז ק"י, הרב דוד שלמה עקשטיין שליט"א, הרב לוי יצחק בארזעסקי שליט"א, הרב הלל ראבינאוויטש שליט"א. די בחורים אין עלטער פון 20 יאר לערנען אין שיעור ג' אונטער הרב אשר זעליג פאכטמאן שליט"א פון מאנסי, די בחורים פון 21 און ארויף לערנען אין א באזונדערער ישיבה אפטיילונג אויף דער חברון גאס אונטער דעם מנהל הרב רבי ארי דוב קארנבלי שליט"א

די אינגערע בחורים פון וויליאמסבורג לערנען אין די קלענערע ישיבות. ווי באר התורה, היכל התורה, נזר התורה, אהבת התורה, חכמת התורה, און דערנאך איין יאר אין ישיבה לצעירים וואס ווערט אנגעפירט דורך הרב מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א, דעם עלטסטן זון פון סאטמאר רבין רבי אהרן. פון דארט קומען זיי שפעטער אריין אין דער קרית יואל ישיבה ביז דער חתונה.