לדלג לתוכן

מענדל טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מנחם מענדל טייטלבוים)
מענדל טייטלבוים
קיין פריי בילד
געבורט 31 מערץ 1967 (אלט 57)
י"ט אדר ב' תשכ״ז
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג סאטמאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאטער אהרן טייטלבוים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רב מנחם מענדל טייטלבוים (געבוירן י"ט אדר ב' תשכ״ז) איז דער סאטמארער רב פון די ארונים אין וויליאמסבורג, ברוקלין. אויך איז ער ראש ישיבה פון דער ישיבה לצעירים פאר אינגע בחורים אין וויליאמסבורג. ער האט פריער געדינט אלס רב פון די סאטמארער חסידים אין אנטווערפן, בעלגיע. ער ווערט באטראכט אין אלגעמיין דורך סאטמארער חסידים אלס א צוקונפטיגער מנהיג און רבי פון סאטמאר.

ר' מנחם מענדל איז געבוירן געווארן י"ט אדר ב' תשכ״ז אלס דער עלטסטער זון פון רבי אהרן טייטלבוים, סאטמארער רבי אין מאנרא און מרת סאשא, טאכטער פון רבי משה יהושע האגער, וויזשניצער רבי אין בני ברק און מרת לאה אסתר, א טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט הי״ד, דעעשער רבי, נאך וועמען ער הייסט.

אין סאטמאר איז ער באקאנט אלס "ר' מענדעלע" בלשון חיבה, זייענדיג דער ערשטער אייניקל וואס האט חתונה געהאט ווען זיין זיידע, דער ברך משה זי"ע, איז געווארן רבי.

ער איז באקאנט מיט זיינע ווארעמע דרשות וועלכע קענען טייל מאל ארויסברענגען געוויין, ווי אויך זיינע באטעס מיט די אינגעלייט און בחורים פונעם חסידות. יעדן יום הקדוש ווען זיין טאטע פראוועט אין שטאט וויליאמסבורג פארט ער ארויס בשליחותו צו פראווען די תפילות אין קרית יואל און עס קומט זיך צוזאם א ריזן ציבור צו די תפילות און די דרשות.

זיין זיידע דער רבי דער ברך משה, האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ער האט פינף זין, ווען מ'האט אים אויפגעמערקט אז ער האט נאר פיר, האט ער געזאגט אז מענדעלע איז מיר חשוב אזוי ווי א זון.

זיין קאריערע האט זיך אנגעהויבן אין אנטווערפן, וואו דער ברך משה האט אים נאך אויפגענומען אלס רב אין דעם סאטמארער קהילה. פאר דעם איז ער געווען רב פון קהל עצי חיים סיגעט אין וויליאמסבורג.[פֿעלט אַ מקור] אין תשס"ו נאך די פטירה פון זיין זיידע דער ברך משה זי״ע, האט ער זיך צוריקגעקערט קיין אמעריקע ווי זיין טאטע האט איהם ממנה געווען אלס סאטמארער רב אין וויליאמסבורג.

ער האט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע, מרת ברכה סימא מייזליש, די טאכטער פון ר' בעריש מייזליש, דער סאטמארער רב אין בארא פארק, און מרת חיה, דאס עלטסטע קינד פונעם זיידן דער ברך משה. זייערע קינדער זענען:

  • מרת רויזא בלומא, ווייב פון הרב יואל הכהן גלאנץ, זון פון ר׳ יעקב יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ, א מרביץ תורה אין סאטמארער מוסדות.
  • הרב חיים צבי, אבד"ק מהרש"א ראצפערט דקיט"ל אין ב"פ האט געהייראט מרת חיה אסתר, טאכטער פון רבי אשר מרדכי ראזנבוים, מאשלויער רבי פון בארא פארק.
  • הרב יקותיאל יהודה, האט געהייראט מרת קיילא רויזא, טאכטער פון הרב מנחם צבי כהנא, דומ״ץ קארלסבורג.
  • הרב אלעזר, האט געהייראט כ' אדר תשע"ח מיט מרת חוה רבקה, טאכטער פון רבי חיים לייבוש באב"ד, דער ראש ישיבה פון "תורת חסד" אין לאנדאן.
  • הרב יואל, האט געהייראט מיט מרת מרים יוכבד, טאכטער פון רבי מאיר יצחק הורוויץ, אב"ד לינסק ב"פ, און איידעם פון רבי יהושע העשיל אייכנשטיין, זידיטשאווער רבי פון שיקאגא.