לדלג לתוכן

גבעת זאב

פֿון װיקיפּעדיע
גבעת זאב
www.givat-zeev.muni.il
גבעת זאב
מדינה / טעריטאָריע ישראל
בירגערמייסטער יוסי אברהמי

 ‑ אין שטעטל

18,420‏

גבעת זאב איז א יידישע זידלונג, גערופן אויפן נאָמען פון זאב זשאבאטינסקי, וואס געפינט זיך צפון מערב פון ירושלים און דרום פון ראמאללא, אויף דער אנדערער זייט פון דער גרינער ליניע, געגרינדעט אין יאר 1983, און דערקלערט געווארן אלס לאקאלע ראט, אין יאר 1984.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין גבעת זאב 11,300 איינוווינער. דאס שטעטל ווערט פארעכנט אלס מער פארמעגליך, מיט א דורכשנילעכן איינקונפט פון איבער 7,000 שקל א חודש פער ארבעטער.

צו דער שטאט פארבינדט שאסיי 443 פון ירושלים, און אויך גאלדא מאיר בולעווארד פון רמות און קבר פון שמואל הנביא, קומט אן קיין גבעת זאב.

דער פארזיצער פונעם לאקאלן ראט איז יוסי אברהמי. דער הויפּט רב גבעת זאב איז הרב יוסף טאלידאנא, אן איידעם פון בבא מאיר און אַ גראַדויִר פון די צה"ל.

דער הויף פון קארלין סטאלין בנשיאות הרב ברוך מאיר יעקב הלוי שוחט געפינט זיך אין גבעת זאב. די שטאָט פוסבאל גרופע איז בית"ר גבעת זאב.

בנימין נתניהו, פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, האט גערעדט עטלעכע מאל וועגן א פּלאַן צו אַנעקסירן גבעת זאב, מעלה אדומים און ביתר צו ירושלים.