גוש עציון ראיאנראט

פֿון װיקיפּעדיע
גוש עציון ראיאנראט
גוש עציון
www.baitisraeli.co.il

דער גוש עציון ראַיאנראַט (העברעיִש: מועצה אזורית גוש עציון) איז א ראיאנראט אין דעם יהודה און שומרון דיסטריקט פון ישראל דרום פון ירושלים.

דער ראט איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1980.

זיין נאמען נעמט זיך פונעם דארף כפר עציון וואס דער חרדישער סוחר שמואל האלצמאן האט אויפגעשטעלט.

דער ראט גרענעצט ירושלים און מטה בנימין ראיאנראט אין צפון; נחל תקוע און מדבר יהודה אין מזרח; חברון, קרית ארבע און הר חברון ראיאנראט אין דרום; און די יהודה בערג בארגאראפ, אלה טאל און מטה יהודה ראיאנראט אין מערב.

אין דעצעמבער 2014 האבן געוואוינט אין גוש עציון 21,200 איינוואוינער.

אין 2017 איז שלמה נאמן געוויילט געווארן דער ראט־פארזיצער.