לדלג לתוכן

בנימין נתניהו

פֿון װיקיפּעדיע
בנימין נתניהו
געבורט 21 אקטאבער 1949 (אלט 75)
תל אביב-יפו, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
לערנארט מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע
הארווארד אוניווערסיטעט
באשעפטיגונג פאליטיקער, דיפלאמאט
פארטיי ליכוד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעליגיע יידישקייט
ווייב מיקי הארן (1972–1979)
פֿלער קייטס (1981–1989)
שרה נתניהו (זייט 1991)
דינאסטיע
כינוי ביבי, ביבי נתניהו
www.netanyahu.org.il
9טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל
29 דעצעמבער 2022 – אמטירט
(1 יאָר)
אונטער פרעזידענט יצחק הערצאג
31 מערץ 200913 יוני 2021
(12 יאָרן)
סגן אביגדור ליבערמאן, אהוד ברק, אלי ישי, דן מרידור
אונטער פרעזידענטן שמעון פרס
רובי ריוולין
אירועים בתקופתו
18 יוני 19966 יולי 1999
(3 יאָרן)
סגן דוד לוי, זבולון האמער, רפאל איתן, משה קצב
אונטער פרעזידענט עזר ווייצמאן
אירועים בתקופתו
12טער אויסערן-מיניסטער
6 יאנואר 199813 אקטאבער 1998
(281 טעג)
6 נאוועמבער 200228 פעברואר 2003
(115 טעג)
אונטער פרעמיער מיניסטער אריאל שרון
20 דעצעמבער 201211 נאוועמבער 2013
(327 טעג)
6 מאי 201517 פעברואר 2019
(3 יאָרן)
19טער פארטיידיקונגס-מיניסטער
18 נאוועמבער 201812 נאוועמבער 2019
(360 טעג)
סגן אלי בן-דאהאן, אבי דיכטער
16טער פינאנץ מיניסטער
28 פעברואר 20039 אויגוסט 2005
(2 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער אריאל שרון
כנסת דעפוטאט
21 נאוועמבער 19886 יולי 1999
(10 יאָרן)
17 פעברואר 2003 – אמטירט
(21 יאָרן)
כנסות ה־1215, 1622
פארזיצער פון ליכוד
25 מערץ 19936 יולי 1999
(6 יאָרן)
19 דעצעמבער 2005 – אמטירט
(19 יאָרן)
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ירושלימער בירגערמייסטער משה ליאון, מיט בנימין נתניהו מיט הרב יצחק כדורי פרעזידענט און ראש ישיבת נחלת יצחק אין ירושלים און הינטער אים זיין זון הרב דוד כדורי ראש ישיבת נחלת יצחק אין ירושלים

בנימין "ביבי" נְתַּנְיַהוּ (געבוירן כ"ח תשרי תש"י, 21סטן אקטאבער 1949) איז דער 9טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל פון 29 דעצעמבער 2022.

ער איז ערשט דערוויילט געווארן פרעמיער מיניסטער אין 1996 (ביז 1999), און ווידערדערוויילט אין 2009, און אין 2013, און אין 2015.

ער איז דער ברודער פון יונתן נתניהו, דער אפיציר וואס איז אומגעקומען ביי דער ענטעבע אפעראציע אין 1976.

ער האט געדינט אלס זעלנער אין סיירת מטכ"ל, ווי זיין ברודער האט געדינט, ער האט נאכדעם געלערנט אין די פאראייניקטע שטאטן.

יונגווייז און ערשטע טריט

נתניהו איז געבוירן אין תל אביב, דערוואקסן און געלערנט אין ירושלים און אין פילאדעלפיע. ער איז דער צוויטער זון צווישן דריי קינדער פון צילה און פראפ' בנציון נתניהו (מיליקאווסקי) און אן אייניקל פון הרב נתן מיליקאווסקי. נתניהו האָט געזאָגט עטלעכע מאָל אַז זיין משפּחה שטאמט פון די תלמידים פֿונעם ווילנער גאון און זיין זון רבי אברהם ווילנער.[פֿעלט אַ מקור]

ארום די יארן 1960 איז די משפחה געוועזן צומאל אין ישראל און צומאל אין אמעריקע. אין די יארן 1963 - 1967, האט די משפחה געוואוינט אין אמעריקע אין טשעלטנהאם און פֿילאדעלפֿיע. דארטן האט נתניהו געלערנט אין הויכשולע, און געוועזן א מיטגליד אינעם דעבאטירן קלוב.

אין מיליטער

ווען ער האט געענדיקט הויכשולע, האט זיך נתניהו אומגעקערט קיין ישראל צו דינען אין מיליטער. אין מיליטער איז ער געווען א קריג סאלדאט און א גענעראל אין סיירת מטכ"ל. אין דעם סיירת האט ער גענומען א טייל אין געהוילטע אפעראציעס, אין דעם 8טן מיי 1972 האט ער א טייל גענומען אין דער אפעראציע ווען א פליגער פון "סאבענא" איז פארכאפט געווארן דורך רוצחים פון לוד עראפארט. די אפעראציע האט געפירט אהוד ברק, וואס איז דעמאלטס געווען דער גענעראל פון דעם סיירת. נתניהו איז פארוואונדעט געווארן אין דער אפעראציע, פון א שאס וואס איז ארויס שלא בכוונה פון זיין חבר'ס ביקס.

אין יאר 1972 האט ער געענדיקט צו דינען אין צה"ל מיט דעם טיטל אפיציר.

שטודירן אין אמעריקע

נאכן מיליטער, האט ער זיך אומגעקערט אין אמעריקע. און שטודירט דארטן פאר אן ערשטן דיפלאם אין ארכיטעקטור און א צווייטן דיפלאם אין האנדל. די טיטלען האט ער באקומען אין MIT. דערנאך האט ער געלערנט פאליטישע וויסנשאפט אין הארווארד אוניווערסיטעט. אין יענער תקופה האט ער אויכעט געארבט אין דער ביזנעס עצות פירמע "באסטאן קאנסולטירן גרופע". אין יענער תקופה האט ער געטוישט זיין משפחה נאמען צו "ניתאי" (מיט דעם נאמען האט זיין טאטע געפלעגט זיך אונטער חתמענען אויף ארטיקלען וואס ער האט געשריבן). יארן שפעטער, אין א אינטערוויו צו דער טעלעוויזיע, האט ער ערקלערט, אז ער האט דאס געטון כדי עס זאל זיין גרינגער פאר מענטשן אין דעם געגנט וואס רעדן נישט קיין העברעיש אויסצודרוקן זיין נאמען.

וןען ס'האט אויס געפלאצט דער יום כיפור קריג אין יאר 1973 איז ער צוריק געקומען קיין ישראל אטייל צו נעמען אין דעם קריג. און ווען ס'האט זיך געענדיקט האט ער זיך אומגעקערט קיין אמעריקע.

אין יאר 1976, האט ער פארלארן זיין ברודער יונתן (יוני) נתניהו, וואס איז געהרגעט געווארן אין דער ענטעבע אפעראציע אלס גענעראל אין סיירת מטכ"ל.

אין ישראל

נאך ווען ער האט געענדיקט שטודירן אין 1977 האט ער זיך אומגעקערט קיין ארץ ישראל און געארבעט אלס פארקויפן דירעקטער פון דער מעבל קאמפעני "רים".

אין די יארן 1978 - 1980 האט ער אויכעט געפירט אן ארגאניזאציע אונטער דעם נאמען "מכון יונתן צו אויס פארשטן די טעראר" וואס האט איינגעארדנט עטלעכע אינטערנאציאנאלע קאנגרעסן וועגן דעם סוביעקט פון טעראר. דארטן האט ער זיך ערקענט מיט א פאר פאליטיקאנטן, איינער פון זיי איז געווען דער מיניסטער משה ארענס וואס האט אים מקרב געווען, ער האט אים אריין געברענגט אין פאליטיק און האט אים רעקאמענדירט צו דינען אלס א דיפלאמאט פון ישראל אין וואשינגטאן. דעם פאסט האט ער געהאלטן אין די יארן 1982 - 1984.

אין די יארן 1984 - 1988 איז ער געוועזן אמבאסאדאר פון ישראל אין די פאראייניקטע פעלקער און ער האט זיך ארויס געוויזן מיט זיין אויס געצייכנטע אינטערוויוס צו דער וועלטלעכער טעלעוויזיע.

פאליטיק

אין 1996 איז ער געווארן צום ערשטן מאל פרעמיער מיניסטער פון ישראל.

אין זיין תקופה ווי פינאנץ מיניסטער האט די ישראל רעגירונג פארקויפט עטלעכע רעגירונג געזעלשאפטן צו ווערן פובליקע געזעלשאפטן. אין 2003 האט מען ארויסגעלאזט די אקציעס פון אל על אויף דער בערזע.

אין 2007 האט משה פייגלין קאנדידירט קעגן אים פאר דער פירערשאפט פון דער ליכוד פארטיי, אבער נתניהו האט אים געזיגט. אין די כנסת וואלן 2009 איז ליכוד געווען די צווייטע גרעסטע פארטיי; צוזאמען מיט אנדערע רעכטע פארטייען האט נתניהו צוזאמענגעשטעלט א קאאליציע. ביי די כנסת וואלן 2013 איז נתניהו געווארן דער צווייטער מענטש צו ווערן געוויילט פרעמיער מיניסטער פון ישראל א דריט מאל (נאך דוד בן גוריון).

באשולדיגן תיק 1000 און תיק 4000

לויט דער רעקאמענדאציע פון אביחי מאנדלבליט איז נתניהו אנגעקלאגן געווארן פאַר דעם ירושלים דיסטריקט געריכט אין ה'תשע"ט און ה'תש"פ.‏[1]

משפחה

נתניהו האט געהייראט ד"ר מיקי מרים ווייסמאן אין 1972 אין באסטאן, וואו ביידע האבן שטודירט. זיי האבן איין טאכטער, נועה, וואס איז געווארן א בעלת תשובה, און האט געהייראט דניאל ראט. קורץ נאך נועה'ס געבורט אין 1979 האבן זיי זיך גע'גט.

בזיווג שני (19811984) האט ער געהייראט פלאר קייטס, א בריטישע פרוי, וואס האט זיך מגייר געווען ביי די קאנסערוואטיוון כדי חתונה צו האבן.

בזיווג שלישי אין יאר 1991 האט ער חתונה געהאט צום דריטן מאל מיט שרה,‏[2] טאכטער פון שמואל בן ארצי און זיין ווייב חוה.

מיט זיין ווייב שרה האט ער צוויי קינדער, יאיר און אבנר.



רעפערענצן

  1. [1]
  2. (בוך, ביבי, מי אתה אדוני ראש הממשלה?, מו"ל העיתונאית, רונית ורדי, כתר 1997, בוך, נתניהו הדרך אל הכח, מו"ל בן כספית און אילן כפיר, אלפא 1997)


פרעמיער מיניסטארן פון ישראל
בן-גוריון (1948-1954)שרת (1954-1955)בן-גוריון (1955-1963)אשכול (1963-1969)אלון (פֿאַקטיש, 1969)מאיר (1969-1974)ראבין (1974-1977)בעגין (1977-1983)שמיר (1983-1984)פרס (1984-1986)שמיר (1986-1992)ראבין (1992-1995)פרס (1995-1996)נתניהו (1996-1999)ברק (1999-2001)שרון (2001-2006)אלמערט (2006-2009)נתניהו (2009-2021)בענעט (2021-2022)לאפיד (2022)נתניהו (2022-) ישראל