אביגדור ליבערמאן
![]() | |||||||
געבורט |
5 יולי 1958 (אלט 61) י"ז תמוז ה'תשי"ח קעשענעוו, סאוועטן פארבאנד ![]() | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
| |||||||
![]() ![]() |
אֲבִיגְדוֹר "איוועט" ליבערמאַן (געבוירן י"ז תמוז ה'תשי"ח, 5טן יולי 1958 אין קעשענעוו) איז א כנסת-דעפּוטאט און א געוועזענער פארטיידיקונגס מיניסטער פון ישראל. ער איז געווען א מיניסטער און א וויצע פּרעמיער-מיניסטער אין דער קאָאליציע-רעגירונג פונעם פרעמיער מיניסטער אהוד אלמערט. ער איז געווען דער הויפט פון דער קאנצעלאריע אין דער פריערדיקער רעגירונג פון בנימין נתניהו.
ער פירט אן און האט געגרינדעט די דריטע לויט דער גרייס פארטיי אין דער איצטיקער ישראלדיקער כנסת ישראל ביתינו (היינט א טייל פון דער ליכוד-ישראל ביתנו גרופע).
ער ווערט פארעכענט פאר א רעכטן פאליטיקער, זייער שארף עקסטרעם קעגן די פאליסטינער אין דעם מיטל מזרח קאנפליקט.[1]
אינהאַלט
יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
ליבערמאן איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן לעוו און אסתר פורה פון קעשענעוו. ער איז ארויף קיין ישראל פונעם סאוועטן פארבאנד פון מאלדאווע.
אין זיינע יונגע יארן איז ער געווען א מיטגליד אין דער גרופע כ"ך.[2]
פאליטיק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
סוף חודש מיי 2016 האט ליבערמאן געפירט א קאאליצישע פארהאנדלונג מיטן ליכוד און האט דערגרייכט אן איינשטימונג וועגן איינשליסן זיין כנסת פראקציע אין דער קאאליציע, וואו ער איז געווארן פארטיידיגונגס מיניסטער. אלס רעאקציע האט ארלי לוי-אבעקאסיס פארלאזט "ישראל ביתנו", און צוויי מיניסטארן האבן פארלאזט די רעגירונג, משה יעלון און אבי גבאי.
משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
ליבערמאן מיט זיין ווייב, א לייַטיש פרוי אלה ציפקין האט ער דריי קינדער, יעקב, עמוס און מיכל.
וועבלינקן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
דוד בן-גוריון · פנחס לבון · דוד בן-גוריון (ווידער) · לוי אשכול · משה דיין · שמעון פרס · עזר ווייצמאן · מנחם בעגין · אריאל שרון · מנחם בעגין (ווידער) · משה ארענס · יצחק ראבין · יצחק שמיר · משה ארענס · יצחק ראבין (ווידער) · שמעון פרס (ווידער) · יצחק מרדכי · משה ארענס · אהוד ברק · בנימין בן אליעזר · שאול מופז · עמיר פרץ · אהוד ברק · משה יעלון · אביגדור ליבערמאן |