בנימין בן אליעזר

פֿון װיקיפּעדיע
בנימין בן אליעזר
געבורט 12 פעברואר 1936
באצרא, איראק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 אויגוסט 2016 (אלט 80)
תל אביב-יפו, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, אפיציער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי ארבעטס-פארטיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וויצע-פרעמיער מיניסטער פון ישראל
6 יולי 19997 מערץ 2001
(1 יאָר און 35 וואָכן‎)
22טער מיניסטער פון קאמוניקאציע
6 יולי 19997 מערץ 2001
(1 יאָר און 35 וואָכן‎)
14טער פארטיידיקונגס מיניסטער
7 מערץ 20012 נאוועמבער 2002
(1 יאָר און 34 וואָכן‎)
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

בנימין ״פֿואַד״ בן אליעזר (12טן פעברואר 1936, י"ט שבט ה'תרצ"ו28סטן אויגוסט 2016, כ"ד אב ה'תשע"ו) איז געווען א כנסת דעפוטאט, און א געוועזענער הויכער אפיציר אין צה"ל. ער איז געווען פארטיידיקונגס-מיניסטער אין ישראל, און האט אויך געהאלטן אנדערע מיניסטארישע אמטן.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בן אליעזר איז געבוירן געווארן דעם 12טן פעברואר 1936 אין דער שטאט באצרא, איראק, צו זיינע עלטערן פרחה און צאלאח. זיין נאמען ביים געבוירן איז געווען פֿואד אלעזר. זיינע עלטערן האבן געמאכט עליה אין יאר 1950, דעמאלט האט ער זיך געטוישט דעם נאמען אפיציעל צו בנימין.

אין יאר 1954 איז בן אליעזר אריין אין מיליטער אין דער גולני בריגאדע אלס א קעמפער, ער איז געשטיגן אויפן מיליטערישן לייטער אלס אפיציר. ביי דעם לבנון ברודער קריג, האט ער געהאלפן די קריסטן אין מערערע הינזיכטן, ווי אויך אנקניפן באציאונגען צווישן די קריסטליכע לבנון מיט ישראל.

אין 1982, האט ער פארלאזט די ארמיי, און זיך געוואנדען צו פאליטיק. ער האט אנגעהויבן אין א פארטיי וואס עזר ווייצמאן האט געגרינדעט. נאך די וואלן איז ער אריין אין כנסת. די פארטיי האט זיך פאראייניגט מיט די עבודה, ווי ער האט געדינט אלס מיניסטער אין עטליכע רעגירונגען.

אין 1994 האט יצחק רבין אים געשיקט קיין טוניסיע, זיך צו טרעפן מיט יאסער אראפאט.

אין 2001 האט אריק שרון אים געשטעלט אלס פארטיידיגונגס מיניסטער. אין זיין תקופה האט זיך אנגעהויבן די אינטיפאדע.

היינט איז ער פון די עלסטע אמטירנדע כנסת דעפוטאטן, פון דער ארבעטס-פארטי.

חיים אישיים ומשפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיט זיין ערשטן ווייב רינה האט ער דריי קינדער, אופיר, נויה, און אברהם רחמים.

מיט זיין צווייטן ווייב דרורה-דולי ״פֿאני״ כהן, האט ער צוויי קינדער, טליה, און יריב.