יצחק מרדכי
געבורט |
22 נאוועמבער 1944 (אלט 79) זאכא, איראק |
---|---|
מדינה | ישראל |
לערנארט |
תל אביבער אוניווערסיטעט אוניווערסיטעט פון חיפה |
פאך | פאליטיקער, מיליטער-מענטש, אפיציער |
אַמט | פארטיידיקונגס מיניסטער, כנסת דעפוטאט, וויצע פרעמיער מיניסטער פון ישראל |
יצחק (איציק) מרדכי (געבוירן העברי; ו' כסלו תש"ה, געבוירן הלועזי; 22סטן נאוועמבער 1944) איז געווען א הויכראנגיקער אפיציר אין צה"ל, און א ישראל א פאליטיקער, ער האט געדינט אלס מיניסטער אין די רעגירונג אין ישראל, און קאמאנדירט אויף וויכטיקע פאזיציעס אינערהאלב די ארמיי. ער האט אפגעטרעטן פון זיין אמט אלס מיניסטער אין יאר 2000, נאכן ווערן אנגעקלאגט אין געריכט, פארן סעקסועל באלעסטיקן עטליכע פון זיינע אונטערטאנען אין פאליטיק און אין די ארמיי.
איציק איז געבוירן געווארן אין קורדישן חלק פון איראק, 22סטן נאוועמבער 1944. זיינע עלטערן האבן געמאכט עליה 1949, זיין פאמיליע האט געוווינט אין עטליכע ערטער, דערנאך אין טבריה. אין 1962 איז ער מאביליזירט געווארן צום שייטת 13, ער איז דורכגעפאלן אין די טרענירונגען, ער איז אריין אין די אינזשעניר אפטיילונג, ווי ער איז ארויף געקראכן אויפן מיליטערישן לייטער, ער איז אריבער צו די פאראשוטיסטן, ביי די זעקסטאגיקע מלחמה איז ער געווען א קאפיטאן פון א קאמפאניע, און ביי די נאכפאלגענדע מלחמות יום כיפור מלחמה, קריג פאר די פרידן פארן גליל.
אין 1995 האט יצחק פארלאזט די ארמיי, און אריינגעטרעטן אין פאליטיק, ער האט זיך פארמאסטן אין די פריימעריז אויף כנסת בענקל אין דער ליכוד פארטיי. ביי די וואלן פון 1996 איז בנימין נתניהו ערוויילט געווארן, און יצחק איז געווארן זיכערהייטס מיניסטער, ער האט אויפגענומען שאול מופז פאר שעף פון גענעראל שטאב.
אין 1999, האט ער זיך אפגעזאגט פון פאסטן נאך א געראנגעל מיט נתניהו, ער האט צוליב פאפולאריטעט זיך פארמאסטן אין די וואלן יענע יאר, אין דער צענטראלער פארטיי, אהוד ברק האט געזיגט און יצחק איז געווארן וויצע פרעמיער, אזוי אויך טראנספארטאציע מיניסטער.
אין יאר 2000, האט א סעקרעטארשע אין די טראנספארטאציע מיניסטעריום, אריינגעגעבן א קלאגע קעגן אים ביי די פאליציי, פארן איר באלעסטיקן געצווינגענערהייט, נאך אן אויספארשונג האבן נאך צוויי פרויען אריינגעגעבן קלאגעס. אויף צוויי איז ער געפונען געווארן שולדיק דורכן געריכט.
באלד נאכדעם וואס ער איז געפונען געווארן שולדיק האט ער רעזיגנירט פון כנסת, און מיט דעם האט זיך זיין קאריערע געענדיקט.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יצחק "איציק" מרדכי האט חתונה געהאט מיט כוכבה "כוכי" ווייסמאן-שמשי-מרדכי, א טאַלאַנטירטע און געלונגענע אדוואקאט אין איר אייגענער רעכט און זיי האבן איין זון.
דוד בן-גוריון · פנחס לבון · דוד בן-גוריון (ווידער) · לוי אשכול · משה דיין · שמעון פרס · עזר ווייצמאן · מנחם בעגין · אריאל שרון · מנחם בעגין (ווידער) · משה ארענס · יצחק ראבין · יצחק שמיר · משה ארענס · יצחק ראבין (ווידער) · שמעון פרס (ווידער) · יצחק מרדכי · משה ארענס · אהוד ברק · בנימין בן אליעזר · שאול מופז · עמיר פרץ · אהוד ברק · משה יעלון · אביגדור ליבערמאן · בנימין נתניהו · נפתלי בענעט · בעני גאנץ |