לדלג לתוכן

נפתלי בענעט

פֿון װיקיפּעדיע
נפתלי בענעט
נפתלי בנט
געבורט 25 מערץ 1972 (אלט 52)
י' ניסן ה'תשל"ב
חיפה, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
באשעפטיגונג סוחר, פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי
פראקציע די יידישע היים, נייע רעכטע, ימינה
ווייב גילת בנט
naftalibennett.co.il
13טער פרעמיער מיניסטער
13 יוני 2021יולי 2022
(בערך 1 יאָר)
אונטער פרעזידענט יצחק הערצאג
20טער פארטיידיקונגס-מיניסטער
12 נאוועמבער 201917 מאי 2020
(188 טעג)
סגן אבי דיכטער
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
20טער בילדונגס-מיניסטער
14 מאי 20154 יוני 2019
(4 יאָרן)
25טער מיניסטער פאר עקאנאמיע
18 מערץ 201314 מאי 2015
(2 יאָרן)
5טער מיניסטער פאר די תפוצות
18 מערץ 20134 יוני 2019
(6 יאָרן)
22טער מיניסטער פאר רעליגיעס
18 מערץ 201314 מאי 2015
(2 יאָרן)
כנסת דעפוטאט
5 פעברואר 20139 אקטאבער 2015
(2 יאָרן)
6 דעצעמבער 201530 אפריל 2019
(3 יאָרן)
3 אקטאבער 2019 – אמטירט
(5 יאָרן)
כנסות 1920, 2223
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
נפתלי בענעט ביים שדרות קאנפערענץ פאר געזעלשאפט

נפתלי בענעט (געבוירן דעם 25סטן מערץ 1972, י' ניסן ה'תשל"ב) איז געווען דער 13טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל, פארזיצער פון דער ימינה פארטיי, פון וועמענס וועגן איז ער א כנסת דעפוטאט. ער האט אמאל געדינט ווי פארטיידיקונגס־מיניסטער, דערציאונגס מיניסטער, גלות מיניסטער און געווען א מיטגליד פון דעם פאליטישן-זיכערקייט קאבינעט אין ישראל. ווען ער האט געדינט אין דער מיליטער איז ער געווען אין סיירת מטכ"ל. דערנאך איז ער געווארן א הייטעק איניציאטאר, איינער פון די גרינדער פון דער סאיוטה פירמע.

נפתלי בענעט רעדע ביים 245סטן אומאָפּהענגיקייט טאג פון די פארייניקטע שטאטן אין די פארייניקטע שטאטן אמבאַסאַדע אין ישראל, די פארייניקטע שטאטן אמבאַסאַדע אין ירושלים, יולי 2021

נפתלי בענעט איז געבוירן געווארן אין חיפה דער יונגסטער פון דריי זין געבוירן צו דזשים און מיראנא בענעט. זיינע עלטערן זענען ארויף קיין ישראל פון סאן פראנציסקא אין 1967, א חודש נאך דער זעקסטאגיקער מלחמה. זיינע זיידע־באבע האבן אימיגרירט קיי סאן פראנציסקא פון פוילן, און זענען ארויף קיין ישראל אין זייערע עלטערע יארן.

ווען ער איז געווען פיר יאר אלט, האט בענענט׳ס משפחה זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטרעאל אויף צוויי יאר, אין דעם ראם פון זיין פאטער׳ס ארבעט ווי א געלטשאפער. אין יענער תקופה האט די משפחה אנגעהויבן זיך נענטערן צו יידישקייט.‏[1] נאכדעם זענען זיי געקומען צוריק קיין חיפה און דער יונגער בענעט האט אנגעהויבן לערנען אין דער  "כרמל" עלעמעטאר-שולע. ווען ער איז געווען אין קלאס ב' האט די משפחה זיך נאכאמאל אוועקגעצויגן קיין ניו דזשערזי, אויף צוויי יאר. ווען ער איז געווען אלט צען האט די משפחה צוריקגעקערט נאכאמל אין חיפה.

נפתלי בנט מיט זיין ווייב גילת

אין יאר 1999 האט ער געהייראט גילת אתל עינב גילת בנט.‏[2] זיי וואוינען אין רעננה און האבן פיר קינדער: יוני, מיכל, דוד עמנואל און אביגיל.‏[3]

אין אפריל 2012 האט בענעט געמאלדן אז ער שטעלט אויף א נייע פארטיי - "די ישראלים", מיט הרב אביחי רונצקי און איילת שקד.‏[4] א קורצע צייט נאכהער האבן זיי באשלאסן, דורכן איינפלוס פון כנסת דעפוטאט אורי אורבאך, זיך מיטצוטיילן מיט דער בית היהודי פארטיי, און בענעט האט קאנדידירט פאר דער פירערשאפט פון דער פארטיי. ער האט אונטערגעשריבן מיט כנסת דעפוטאט יעקב כ״ץ (״קעצאלע״), וואס איז דעמאלסט געווען פארזיצער פון דער "איחוד לאומי" פראקציע, אויף אן אפמאך לויט וואס טאמער ער ווערט דער פירער פון בית היהודי וועלן די צוויי פארטייען לויפן צוזאמען אין א פאראייניגטער ליסטע.

די בית היהודי רשימה אונטער בענעט האט באקומען 12 מאנדאטן אין די וואלן צום 19טן כנסת.‏[5] 

  1. ראיון בתוכנית "חיידק פוליטי" של נחמה דואק בערוץ הכנסת, אוקטובר 2012
    נאום בחנוכת "בית הסטודנט" של חב"ד בקמפוס בחיפה באתר col
  2. טאכטער פון משה און ברכה עינב; געב׳ 12טן מיי 1977
  3. פארשפעטיקט מיט צוויי יאר: בנט מסדיר היתרי בנייה
  4. רעזולטאטן הבחירות לכנסת התשע-עשרה
פרעמיער מיניסטארן פון ישראל
בן-גוריון (1948-1954)שרת (1954-1955)בן-גוריון (1955-1963)אשכול (1963-1969)אלון (פֿאַקטיש, 1969)מאיר (1969-1974)ראבין (1974-1977)בעגין (1977-1983)שמיר (1983-1984)פרס (1984-1986)שמיר (1986-1992)ראבין (1992-1995)פרס (1995-1996)נתניהו (1996-1999)ברק (1999-2001)שרון (2001-2006)אלמערט (2006-2009)נתניהו (2009-2021)בענעט (2021-2022)לאפיד (2022)נתניהו (2022-) ישראל