יצחק הערצאג
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם כנסת דעפוטאט. טאמער זוכט איר דעם הויפט רב פון ישראל, זעט יצחק אייזיק הלוי הערצאג.
געבורט |
22 סעפטעמבער 1960 (אלט 64) פרדס חנה-כרכור, ישראל | ||||
---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער, אדוואקאט, יוריסט | ||||
פארטיי | ארבעטס-פארטיי | ||||
ווייב | מיכל הערצאג | ||||
| |||||
| |||||
חתימה | |||||
יצחק "בוזשי" הערצאָג (געבוירן דעם 22סטן סעפטעמבער 1960, א' תשרי ה'תשכ"א) איז דער עלפטער פרעזידענט פון ישראל. פריער איז ער געווען דער פארזיצער פון דער יידישער אגענטור.
ער איז געווען אַ כנסת דעפוטאט, פארזיצער פון דער ארבעטס-פארטיי ביז 2017 און אפאזיציע־פירער אין דעם כנסת. ער האט אמאל געדינט ווי א מיניסטער אין דער ישראל רעגירונג.
זיין פאך איז אדוואקאט.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יצחק הערצאג איז א זון פון חיים הערצאג, אן אלוף אין צה"ל און שפעטער דער זעקסטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, און זיין ווייב אורה. ער איז אן אייניקל פון הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג, הויפט רב פון ישראל, און א פלומעניק פון אבא אבן און יעקב הערצאג.
הערצאג איז געבוירן געווארן און געהאדעוועט אין תל אביב. ער האט אנגעהויבן לענרנען אין דער צייטלין שולע; ביי די 15 יאר איז ער אריבער לערנען אויף דריי יאר אין דער ראמאז שולע אין מאנהעטן, ניו יארק, ווען זיין פאטער איז געווארן אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע פעלקער.
אין דער ערשטע רונדע פון די וואלן פאר דער פירערשאפט פון דער ארבעטס-פארטיי, געהאלטן דעם 4טן יולי 2017, האט הערצאג באקומען דעם דריטן פלאץ צווישן זיבן קאנדידאטן, מיט 16.8% פון די שטימען. צו דער צווייטער רונדע האט ער געשטיצט דעם קאנדידאט עמיר פרץ, וואס האט אבער פארלוירן צו אבי גבאי.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער מיט זיין ווייב מיכל הערצאג האבן דריי זין, נועם, מתן און רועי.
פרעזידענטן פון ישראל | ||
---|---|---|
חיים ווייצמאן (1949 – 1952) • יצחק בן-צבי (1952 – 1963) • זלמן שזר (1963 – 1973) • אפרים קציר (1973 – 1978) • יצחק נבון (1978 – 1983) • חיים הערצאג (1983 – 1993) • עזר ווייצמאן (1993 – 2000) • משה קצב (2000 – 2007) • שמעון פרס (2007 - 2014) • רובי ריוולין (2014 - 2021) • יצחק הערצאג (2021 - ) |