זלמן שזר
געבורט |
22 דעצעמבער 1889 מיר, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
5 אקטאבער 1974 (אלט 84) ירושלים, ישראל |
מדינה | ישראל |
קבורה ארט | הר הרצל |
באשעפטיגונג | פאליטיקער, זשורנאליסט, שרייבער, דיכטער |
זלמן שזר (ארויסגעזאגט שאַזאַר), ארגינעלער נאמען שניאור זלמן רובאשאוו (24סטן נאוועמבער 1889 - 5טן אקטאבער 1974) איז געווען דער דריטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, א שריפטשטעלער, א דיכטער און א היסטאריקער. געווען פון די אנגעזענע פערזענליכקייטן צווישן די ציונים, א חבר כנסת און די ערציאונגס מיניסטער אין דער ערשטער ישראל רעגירונג.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן אין שטעטל מיר, גראדנער גובערניע, אין דער דעמאלסטדיקער רוסלענדישער אימפעריע, אין 1889, צו א חסידישער חב"ד פאמיליע. אלס קינד האט ער זיך שוין באקענט מיט העברעישע ליטעראטור. אין 1903 אלט זייענדיק 14 יאר, האט ער שוין רעדאגירט א מאנאטליכע ציוניסטישע אויסגאבע, שזר האט זיך אנגעשלאסן אין די פועלי ציון פארטיי ביי די זעכצן יאר.
אין יאר 1920 האט ער חתונה געהאט, צו זיין ווייב רחל קאצענעלסאן. אין 1924 האט ער געמאכט עליה מיט זיין ווייב, און ער איז גלייך אריין אין דער לאקאלער פאליטיק פון די מפא"י, און א שרייבער אין די צייטונג דבר, א צייטונג ארויסגעגעבן דורך די אלגעמיינע ארבעטער פאראיין.
אין 1963, נאכן טויט פון יצחק בן-צבי, איז שזר אויפגענומען געווארן פאר פרעזידענט, ער איז געווארן איינגעשוווירן 21סטן מיי 1963. אין 1968 איז ער ווידערוויילט געווארן צו א צווייטער קאדענציע.
שזר איז אוועק אין 1974, און אין זיין אנדענק האט מען אויפגעשטעלט דעם "זלמן שזר צענטער פאר יידישע שטודיעס", און זיין בילד איז אויף די שטר פון 200 ניי שקל.
ער האט שטענדיק געהאט א ספעציעלע פארבינדונג מיט ליובאוויטש, און פלעגט קומען צו התוועדות אין כפר חב"ד, ווי אויך פלעגט שזר קומען באזוכן דער רבי ווען ער האט באזוכט אין ניו יארק.
פרעזידענטן פון ישראל | ||
---|---|---|
חיים ווייצמאן (1949 – 1952) • יצחק בן-צבי (1952 – 1963) • זלמן שזר (1963 – 1973) • אפרים קציר (1973 – 1978) • יצחק נבון (1978 – 1983) • חיים הערצאג (1983 – 1993) • עזר ווייצמאן (1993 – 2000) • משה קצב (2000 – 2007) • שמעון פרס (2007 - 2014) • רובי ריוולין (2014 - 2021) • יצחק הערצאג (2021 - ) |