יצחק אייזיק הלוי הערצאג

פֿון װיקיפּעדיע
יצחק אייזיק הלוי הערצאג
געבורט 3 דעצעמבער 1888
כ"ח כסלו ה'תרמ"ט
לאָמזע, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 25 יולי 1959 (אלט 70)
י"ט תמוז ה'תשי"ט
ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט סנהדריה בית עולם רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, בריטישע אימפעריע, אירישע רעפובליק, אירישער פריישטאט, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט
פאטער יואל לייב הלוי הערצאג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
צאצאים
פרעמיעס און פארערונג ישראל-פרייז רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג (כ"ח כסלו ה'תרמ"ט - י"ט תמוז ה'תשי"ט) איז געווען דער ערשטער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל. ער איז געווארן רב אין יאר 1936, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז צו זיין נפטר ווערן, אין יאר 1959.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געבוירן אין לאמזשע, פוילן, כ"ח כסלו תרמ"ט 3טן דעצעמבער 1888 צו זיין פאטער, הרב יואל לייב הערצאג. אין יאר תרנ״ז האט זיין פאטער באקומען א רבנות שטעלע אין לידז, ענגלאנד, און די משפחה האט זיך דארט געצויגן. אין יאר תר״ע האט יצחק אייזיק באקומען היתר הוראה. אין יאר תר״ע איז זיין פאטער באשטימט געווארן הויפט-רב פון פאריז, פראנקרייך.

אויך האט ער שטודירט אין אוניווערסיטעט אין לאנדאן און פאריז, מאטעמאטיק, סעמיטישע שפראכן, און קלאסישע שפראכן.

פון 1915 ביז 1936, האט ער געדינט אלס הויפט רב פון אירלאנד, דערנאך האט ער געמאכט עליה קיין ארץ ישראל, און נאך דער פטירה פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק, איז ער ערוועלט געווארן צו דינען אלס הויפט רב.

אין די צייטן פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער געטון אסאך השתדלות, צווישן די אמעריקאנער און בריטישע אינסטאנצן, ארויסצוהעלפן די יידן אין אייראפע, אבער אן דערפאלג. נאכן קריג האט ער אין א לאנגע רייזע אין אייראפע, אסאך ארויסגעהאלפן די שארית הפליטה.

הרב הערצאג האט איניציאירט דאס בויען פון היכל שלמה פאר דעם הויפט ראבינאט.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1917, האט ער געהייראט זיין ווייב שרה, טאכטער פון הרב שמואל יצחק הילמאן, דיין אין גלאזגוי און לאנדאן, און געהאט מיט איר צוויי קינדער, חיים הערצאג וועלכע איז געווען ישראלס זעקסטער פרעזידענט, און יעקב הערצאג א פאליטיקער, און ישראלס אמבאסאדאר צו די פאראייניקטע פעלקער. זיין אייניקל איז יצחק הערצאג, וואס הייסט נאך אים, און איז א ישראל פאליטיקער.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]