אוניווערסיטעט פון לאנדאן

פֿון װיקיפּעדיע

דער אוניווערסיטעט פון לאנדאן איז אן אוניווערסיטעט אין לאנדאן, פאראייניקטע קעניגרייך, וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון 18 קאלעדזשן און 10 פארשונג אנשטאלטן.[1] ער איז דער צווייטער גרעסטער אוניווערסיטעט אינעם פאראייניגטן קעניגרייך לויט דער צאל פון סטודענטן, מיט בערך 135,000 סטודענטן אויף די קאמפוסן און מער ווי 50,000 סטודענטן פון דערווייטנס. דער אוניווערסיטעט איז געווארן געגרינדערט מיט א קעניגלעכן טשארטער אין 1836, וואס האט צאמגעברענגט אין א פעדעראציע דעם לאנדאנער אוניווערסיטעט (היינט אוניווערסיטעט קאלעדזש לאנדאן) און קינגס קאלעדזש (היינט קינגס קאלעדזש לאנדאן).

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אוניווערסיטעט פון לאנדאן

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. About us. University of London (‏‏2טן אפריל 2012). דערגרייכט דעם ‏12טן יולי 2012.