אבי גבאי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַבִי גַבַּאי, 2017

אברהם "אבי" גבאי (העברעיִש: אַבְרָהָם "אַבִי" גַּבַּאי; געבוירן דעם 22סטן פעברואר 1967, י"ב אדר א' ה'תשכ"ז) איז א ישראלישער פאליטיקער און דער היינטיקער פירער פון דער ארבעטס-פארטיי אין ישראל.[1] ער איז געווען דער אלגעמיינער פארוואלטער פון דער טעלעקאמוניקאציע פירמע בזק 2007 ביז 2013, דערנאך איז ער אריין אין פאליטיק.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

גבאי איז געבוירן געווארן אין דעם בקעה געגנט פון  ירושלים, דער זיבעטער פון אכט קינדער געבוירן צו מואיז און שרה גבאי האערלכר יידין, יידישע אימיגראנטן פון קאזאבלאנקאמאראקא. זיין פאטער האט געארבעט פאר בזק; אין זיין יוגנט פלעגט ער אויך ארבעטן דארט אין זיינע וואקאציעס.[2] ער האט געדינט אין צה״ל און געשטיגן צום ראנג לייטענאנט. דערנאך האט ער גראדואירט פונעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים.


פאר די כנסת וואלן 2015 איז ער געווען איינער פון די גרינדער פון דער נייער כולנו פארטיי.[3] אום 29סטן דעצעמבער 2016, האט גבאי געמאלדן אז ער שליסט זיך איין אין דער ארבעטס-פארטיי. דעם 4טן מערץ 2017 האט ער געמאלדן אז ער קאנדידירט זיך פאר פירערשאפט פון דער פארטיי. אין דעם צווייטן טייל פון די וואלן האט ער געזיגט מיט 52.4% פון די וואלן קעגן עמיר פרץ.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

גבאי וווינט אין תל ברוך געגנט פון תל אביב. ער מיט זיין ווייב אַיֶלֶת, פון אויסטראליע, האבן דריי זין, דניאל, עומרי, און ארי.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "Avi Gabbay Wins Israel's Labor Party Primary, Beating Amir Peretz" (אויף ענגליש), Haaretz (‏10טן יולי 2017). דערגרייכט דעם ‏10טן יולי 2017. 
  2. http://www.jpost.com/Magazine/Giving-back-the-state-to-its-citizens-485604
  3. Kahlon officially registers new Kulanu party The Jerusalem Post, ‏12טן דעצעמבער 2014

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]