יצחק שמיר

פֿון װיקיפּעדיע
יצחק שמיר
געבורט 22 אקטאבער 1915
ראזשינאי, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 30 יוני 2012 (אלט 96)
הרצליה, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
קבורה ארט חלקת גדולי האומה, הר הרצל
לערנארט ווארשע-אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, דיפלאמאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
ווייב שולמית שמיר
7טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל (ערשטער קאדאנץ)
10 אקטאבער 198313 סעפטעמבער 1984
(48 וואָכן‎ און 4 טעג)
סגן דוד לוי
7טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל (צווייטער קאדענץ)
20 אקטאבער 198613 יולי 1992
(5 יאָרן און 38 וואָכן‎)
סגן יצחק נבון, דוד לוי, משה נסים
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יצחק שמיר-יעזערניצקי (22סטן אקטאבער 1915, י"ד חשוון ה'תרע"ו30סטן יוני 2012, י' תמוז ה'תשע"ב) איז געווען פרעמיער מיניסטער פון ישראל, א קעמפער אין די לח"י, און א הויכראנגיקער מוסד אגענט.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שמיר איז געבוירן אין פוילן, דעם 15טן אקטאבער 1915, מיטן נאמען יצחק יאזרניצקי. ער האט געלערנט אין פאלקסשולע, און דערנאך האט ער שטודירט געזעץ אין ווארשעעווער אוניווערסיטעט, ער האט אבער נישט פארענדיקט זיינע שטודירן.

זיינע יארן אין ארץ ישראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1934 איז שמיר געקומען קיין פאלעסטינע, ער איז פון פריער, געווען א מיטגליד אין דער בית"ר ציוניסטישע ארגאניזאציע, און ווען ער איז געקומען קיין ארץ ישראל, איז ער געגאנגען שטודירן, אין דעם העברעישן אוניווערסיטעט אין ירושלים, עטליכע יאר דערויף האט ער זיך אנגעשלאסן אין די אצ"ל, און ער האט אויפגעהערט צו לערנען, זיין פאמיליע איז פארבליבן אין פוילן, און זיי זענען אומגעקומען דורך די נאציס.

מציבה פון יצחק שמיר מיט שולמית שמיר בחלקת גדולי האומה בהר הרצל

די צווייטע וועלט מלחמה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1940, איז שמיר ארויס פונעם אצ"ל, און צוזאמען מיט אנדערע, געגרינדעט די לח"י, דאס איז געשען, נאכדעם וואס די אצ"ל האט דערקלערט, א פייער אפשטעל קעגן דעם בריטישן מאנדאט. ער איז עטליכע מאל געכאפט געווארן דורך די פאליציי, אבער ער האט באוויזן צו אנטלויפן עטליכע מאל, נאכדעם וואס אברהם שטערן איז ערמארדעט געווארן, האט די לח"י געארבעט ווי א ראט, יצחק שמיר, נתן ילין מור און ישראל אלדד.

ער איז געווען פאראנטווארטליך אויפן מארד פון לארד מוין, און אויף די אטענטאט פרווו, אויף העראלד מעקמייקל, דער בריטישער פירער אין פאלעסטינע, אויפן מארד פון פאלקע בערנאדאט, א שוועדישער דיפלאמאט אין די פאראייניגטע פעלקער, זיינע אקטיוויטעטן האבן געברענגט צו דעם, אז ביז היינט איז ער א "'פערסאנא נאן גראטא"' אין ענגלאנד.

לעבן אין מדינת ישראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די יארן נאך דער גרינדונג פון ישראל, האט ער געארבעט אין פארשידענע פאבריקן, ביז איסר הראל, דער הויפט פון דעם מוסד, האט אים מאביליזירט צו דעם מוסד, פאר צען יאר האט געארבעט אין די שפיאנאזש אגענטור, און אין 1965, איז צוריק געגאנגען ארבעטן אלס ביזנעסמאן.

זיין פאליטישע לעבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1969, איז ער געווארן א מיטגליד אין דער חרות פארטיי, דער פאטער פון דער היינטיגע ליכוד פארטיי, אין 1973 איז ער געווארן א כנסת מיטגליד, און ער איז געווארן פארזיצער פון דער פארטיי, א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן פאר לאנגע יארן, אין 1979 איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, ביז ווען מנחם בעגין האט רעזיגנירט, זייענדיג איינער וואס גלייבט אין א גאנצע ארץ ישראל, האט ער זיך קעגנגעשטעלט די שלום אפמאך מיט עגיפטן, זייענדיג אויסערן מיניסטער ביי די ערשטע לבנון מלחמה, האט ער געוויסט וואס עס איז געשען אין די סאברא און שאטילא, פליטים לאגערן אין לבנון, אבער וויבאלד ער האט נישט געהאט, מיט די מלחמה צו טון, איז ער ריינגעוואשן געווארן פון די שמגר קאמיסיע.

אלס פרעמיער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מנחם בעגין האט רעזיגנירט, אינמיטן דער מלחמה, און שמיר האט איבערגענומען א לאנד, וואס איר לאגע איז געווען טיף אין דער ערד, אינמיטן א קריג, אן אינפלאצע וואס איז געווען די העכסטע וואס ישראל האט נאר אמאל געוויסט, די וואלן האבן זיך דערנענטערט, און סקאנדאלן זענען ארויף אויפן שטח, ביי די וואלן פון 1984, איז שמעון פערעס געלאפן פון די מערך פארטיי, ער האט כמעט געווינען קעגן שמיר, ער האט אבער נישט געקענט אויפשטעלן א קאאליציע, האט דער פרעזידענט, חיים הערצאג, געמאכט א ראטאציע, ווי א פאראייניגטע רעגירונג, שמעון פערעס צוויי יאר פרעמיער, און שמיר צוויי יאר, און זיי וועלן זיין אויסערן מיניסטארן, אין די צייט וואס זיי זענען נישט אויפן בענקל.

די ערשטע אינטיפאדע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אינטיפאדע האט אויסגעבראכן אין זיין צייט, ווען ער איז געווען פרעמיער, ער האט אונטער גענומען א שטייפע פויסט קעגן די פאלעסטינער, ביי די וואלן 1988, איז די ליכוד אריינגעקומען שטארק, אבער דאך האט ער געמאכט א פאראיינגטע רעגירונג, פערעס אלץ פינאנץ מיניסטער.

פערעס האט פרובירט אראפצו ווארפן שמיר, דורך א זאך וואס איז באוויסט אלס דער שמוציגע פרווו, עס האט זיך אים נישט איינגעגעבן, און שמיר איז פארבליבן אויפן בענקל.

דער איינגאס קריג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען סאדאם כוסיין האט אטאקירט קואווייט, איז די פאראייניגטע שטאטן, ארויס אין א קריג קעגן איראק, מיט נאך אסאך אנדערע לענדער, איראק האט געשאסן אויף ישראל 39 סקאד מיסילן, די מיסילן האבן אנגעזייט א חורבן, און אסאך שאדן, שמיר האט זיך איינגעהאלטן, און געלאזט די אמעריקאנער קאאליציע פירן די קריג.

נאך דער מלחמה האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דזשארזש ה. וו. בוש, אנגעפאנגען לייגן גרויס דרוק אויף שמיר, צו קומען צו דער שלום קאנפערענץ, אין מאדריד, ער האט זיך שטארק קעגנגעשטעלט די קאנפערענץ.

אין 1992, האבן עטליכע פארטייען פון דער קאאליציע, ארויסגעטרעטן פון דער רעגירונג, מיט דער טענה פון קארופציע, די וואלן זענען געפעדערט געווארן, און יצחק רבין פון דער עבודה פארטיי האט געווינען, שמיר האט רעזיגנירט, פון דער פארזיצערשאפט פון די ליכוד.

ער איז צוריק צום ציווילן לעבן. זיינע לעצטע יארן איז ער געווען אין א מושב זקנים. ער איז נפטר געווארן שבת י' תמוז תשע"ב (30סטן יוני 2012).

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער מיט זיין ווייב שרה שולמית (לוי), האבן צוויי קינדער, יאיר און גלעדה.

פרעמיער מיניסטארן פון ישראל
בן-גוריון (1948-1954)שרת (1954-1955)בן-גוריון (1955-1963)אשכול (1963-1969)אלון (פֿאַקטיש, 1969)מאיר (1969-1974)ראבין (1974-1977)בעגין (1977-1983)שמיר (1983-1984)פרס (1984-1986)שמיר (1986-1992)ראבין (1992-1995)פרס (1995-1996)נתניהו (1996-1999)ברק (1999-2001)שרון (2001-2006)אלמערט (2006-2009)נתניהו (2009-2021)בענעט (2021-2022)לאפיד (2022)נתניהו (2022-) ישראל