לח"י

פֿון װיקיפּעדיע

לח"י (לוחמי חרות ישראל) אדער שטערן באנדע, איז געווען א שפלינטער גרופע פון די אצ"ל. זייער ציל איז געווען אויפשצוטעלן א יידיש דעמאקראטיש לאנד אין ארץ ישראל, זייענדיג אויפגעברויזט אויף די אצ"ל, פארן אפשטעלן די אקציעס קעגן דעם בריטישן מאנדאט, און אויך אויף דער הגנה, פאר זייער אומבאהאלפנקייט, האבן זיי זיך גענומען שלאגן קעגן די בריטישע, אויפגעריסן באמבעס, אומגעברענגט פאליטישע און מיליטערישע פירער אין פאלעסטינע, אנזייענדיג כאאס אין די בריטישע רייען.

יצחק שמיר, דער שפעטערדיגער פרעמיער מיניסטער, איז געווען פון די אנפירער אין דער גרופע.

ביי מלחמת השחרור, האבן זיי זיך אנגעשלאסן אין צה"ל, אויסער אין ירושלים געגנט, וואס איז געווארן, א טייל פון ישראל, נענטער צו דער ענדע, זיי האבן געהאלפן אייננעמען אראבישע געגנטן אין מערב ירושלים, ווי קאטאמאן, דיר יאסין, און נאך געגנטן. נאך דער מלחמה, האט די רעגירונג נישט אנערקענט אצ"ל, און לח"י קעמפער, אלס זעלנער, און דערפאר האבן זיי נישט באקומען קיין פענסיע ווי סאלדאטן, נישט קיין מעדאלן און אויסצייכענונגען.

ווען מנחם בעגין, איז געקומען צו דער מאכט 1977, האבן די קעמפער פון די צוויי גרופעס, באקומען זייערע אויסצייכענונגען, אין א גרויסער צערעמאניע.