משה דיין
געבורט |
20 מאי 1915 דגניה א', אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
16 אקטאבער 1981 (אלט 66) תל אביב-יפו, ישראל |
מדינה | ישראל |
אונטערשריפט | |
משה דיין (20סטן מיי 1915 - 16טן אקטאבער 1981) איז געווען א ישראלדיקער פאליטיקער, גענעראל, זיכערהייטס מיניסטער, פערטער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, טייל נעמענדיק אין אלע מלחמות וואס ישראל האט געהאט, ביז ער איז געשטארבן.
זיינע קינדהייט יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן אין דגניה, די ״מוטער״ פון די קיבוצים, צו זיינע עלטערן שמואל דיין און דבורה (זלאטאווסקי). שפעטער האבן זיך זיינע עלטערן אריבערגעצויגן קיין נהלל, א דארף פון ערד-ארבעטער, דארט האט ער געלערנט אין שולע. נאך שפעטער האט ער געלערנט אין אגריקולטורער שולע, דארט האט ער זיך באקענט מיט זיין צוקונפטיגער פרוי, רות שווארץ אין 1934. זיי האבן חתונה געהאט אין 1935.
זיין מיליטערישע קאריערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביי דעם פאגראם פון תרפ"ט, איז ער שוין געווען א מיטגליד אין דער הגנה, זייענדיק פופצן יאר, שפעטער ביי דעם אראבישן רעוואלט, ביי מאורעות תרצ"ו-תרצ"ט, איז ער געווען א קעמפער, אין די פעלדס קרעפטן פון יצחק שדה, און די ספעציעלע נאכט רינגען פון ווינגייט.
אין 1939, איז דיין ארעסטירט געווארן מיט נאך 42 זעלנער, ביים קאמאנדירן קורס, ווי זיי זענען פאראורטיילט געווארן צו צען יאר טורמע, פארן טראגן אומלעגאלע וואפן, זיי זענען אפגעזיצן אין עכו טורמע.
די צווייטע וועלט מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די בריטישע ארמיי האט געדארפט די שטיצע פון די מענטשן אין פאלעסטינע, ספעציעל קעמפער, האט מען אים באפרייט, דער מיטל מזרח איז געווען אין א כאאס צושטאנד, אין איראק, איז פארגעקומען א פרא נאצישע אויפשטאנד, די ווישי רעגירונג האט געהערשט אין סיריע, און אין לבנון, האט די בריטישע ארמיי אונטערגענומען אן אפעראציע פון אייננעמען לבנון, משה דיין איז געווען דער וועג ווייזער, פאר די זיבעטע אויסטראלישע דיוויזיע, א פראנצויזישע ציל-שיסער, האט אים דורכגעשאסן די שפאקטיוו, און די גלאז איז אים אריין אינעם לינקע אויג, וואס האט געשעדיגט זיין זע קראפט אויף שטענדיג, אויפן לינקע אויג.
די זעלבסטשטענדיקייט מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יעקב דורי, דער ערשטער שעף פון גענעראל שטאב, פון די הגנה און שפעטער צה"ל, האט אים גערופן דינען אלס ספעציעליסט פארן אראבישן אפטיילונג אין די הגנה, פון אנהייב אלס ביורא ארבעט, שפעטער איז דיין געווארן א גענעראל אויפן פראנט, ער האט גמאכט א פארשטענדעניש מיט די דרוזן, און די דרוזן האבן געקעמפט קעגן די אראבער.
ער האט געקעמפט קעגן די סירישע ארמיי אין דגניה, ארויס שטויסנדיג די סירישע פון לאנד, נאכן זיג אויפן דגניה פראנט איז ער געווארן א גענעראל אינעם אכטן מעכאניזירטע ארמיי, אונטער יצחק שדה, ער איז געפארן קיין אמעריקע טייל נעמען אין די לוויה פון מיקי מארקוס, דער ערשטער גענעראל צו ווערן א פראנט קאמאנדיר אין ישראל.
דיין האט אין א אקציע איינגענומען די שטאט לוד, דיין אט געדינט אין דער 8טער געפאנצערטע בריגאדער אונטער יצחק שדה מיט די פליפעלד, שפעטער איז זיין באטאליאן אריבערגעפירט געווארן אין דרום, צו קעמפן קעגן די עגיפטישע זעלנער, דערנאך איז ער געווארן קאמאנדיר פון די עציוני בריגאדע, און דערפאר איז ער געווען, דער וואס האט אנגעפירט די געשפרעכן, מיט יארדאניע אויף א וואפן שטילשטאנד, אין די ירושלים אומגעגנט, און ביים אונטערשרייבן האט דיין אונטערגעשרבן.
נאך דער מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געווען גענעראל פונעם דרום, און די צפון, דערנאך איז ער געווארן הויפט פון אפעראציעס גענעראל, און ער האט איבערגענומען מרדכי מקלף און דיין איז געווארן שעף פון גענעראל שטאב, אין יאר 1953, אבער פאליטיק האט אים נישט געלאזט אויספירן, פנחס לבון האט אים געשטערט אויף טריט און שריט, משה שרת דער פרעמיער מיניסטער, האט געהאלטן פון פרובירן שלום מאכן, בעת דיין האט געוואלט בויען די ארמיי אלס א מאנסטער, כדי די אראבער זאלן מורא האבן.
ווען דוד בן גוריון איז צוריק צו דער מאכט, האט דיין מיט דער ארמיי אונטערגענומען אקציעס, און נקמות קעגן די אראבישע אריינשווערצן זיך, און זייער דורכפירן בליטיקע אטאקעס קעגן ציווילע.
ביי די סיני מלחמה, האט דיין איינגעשטימט צו אטאקירן עגיפטן, מיט בריטישע און פראנצויזישע הילף, וואס דאס האט אים געברענגט אלס א גיבור אין די אויגן פון די ישראלער, זייענדיג א געניטער גענעראל, האט ער געברענגט ישראל צו א פאליטישע זיג, די ארמיי האט אבער זיך געמוזט צוריקצוען פון די סיני האלב אינזל.
פאליטיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געווארן אגריקולטור מיניסטער, נישט זייענדיג צוגעפאסט פאר אזא סארט ארבעט, און ווען לוי אשכול איז געווארן פרעמיער, האט ער געהאפט צו ווערן זיכערהייטס מיניסטער, אבער אשכול האט געהאלטן די פארטפעל פאר זיך, ביז די זעקסטאגיקע מלחמה, ווען ער איז ענדליך געווארן זיכערהייטס מיניסטער, צו געבנדיק די קרעדיט פארן זיג אויף זיין נאמען, און נאכן מלחמה איז ער געווארן א וועלטס מענטש, ער האט פארגעזעצט אלס זיכערהייטס מיניסטער אין גאלדא מאירס רעגירונג, און די קריג פון אפשוואכונג און די טעראר פון די ארומיגע לענדער, האט ער אונטערדריקט מיט אן אייזערנעם פויסט, די יום כיפור מלחמה האט אים געכאפט אין א סופריז, וואס האט געברענגט צום רעזיגנירונג פון דוד אלעזר, גאלדא מאיר, און נאך מיליטערישע הויך איינגעשטעלטע.
ווען מנחם בעגין האט געווינען, אין יאר 1977, איז דיין געווארן אויסערן מיניסטער, און האט אסאך צוגעהאלפן צום שלום אפמאך, מיט אנוואר סאדאט, פרעזידענט פון עגיפטן, אבער שטענדיקע שטרייטן צווישן בעגין און דיין, האבן געברענגט דערצו אז דיין האט רעזיגנירט פון אמט.
זיין לעצטע צייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען האט געפונען ביי אים די ביטערע מחלה, און ער איז אפערירט געווארן, אין 1981 חול המועד סוכות, האט ער געהאט א הארץ אטאקע, און ער איז געשטארבן, ער איז באגראבן געווארן אין נהלל, ווי זיין צוואה.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיט זיין ווייב רות, האט דיין געהאט דריי קינדער יעל, אהוד (אודי) און אסף (אסי).
נאך 37 יאר האט משה דיין גע׳גט זיין ווייב רות, און האט געהייראט (בזיווג שני) רחל (ראבינאוויטש).
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שבתי טבת, דאס לעבן פון משה דיין
פֿריערדיגער: מרדכי מקלף |
שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל 1953-1958 |
נאָכפֿאלגער: חיים לאסקאוו |
דוד בן-גוריון · פנחס לבון · דוד בן-גוריון (ווידער) · לוי אשכול · משה דיין · שמעון פרס · עזר ווייצמאן · מנחם בעגין · אריאל שרון · מנחם בעגין (ווידער) · משה ארענס · יצחק ראבין · יצחק שמיר · משה ארענס · יצחק ראבין (ווידער) · שמעון פרס (ווידער) · יצחק מרדכי · משה ארענס · אהוד ברק · בנימין בן אליעזר · שאול מופז · עמיר פרץ · אהוד ברק · משה יעלון · אביגדור ליבערמאן · בנימין נתניהו · נפתלי בענעט · בעני גאנץ |
יעקב דורי · יגאל ידין · מרדכי מקלף · משה דיין · חיים לאסקאוו · צבי צור · יצחק ראבין · חיים בר-לב · דוד אלעזר · מרדכי גור · רפאל איתן · משה לוי · דן שומרון · אהוד ברק · אמנון ליפקין-שחק · שאול מופז · משה יעלון · דן חלוץ · גבי אשכנזי · בעני גאנץ · גדי אייזנקאט · אביב כוכבי · הערצי הלוי | |