בעני גאנץ
![]() | |||||
געבורט |
9 יוני 1959 (אלט 60) ג' סיון ה'תשי"ט כפר אחים, ישראל ![]() | ||||
---|---|---|---|---|---|
סיעה | כחול לבן | ||||
| |||||
![]() ![]() |
בנימין "בעני" גאנץ (געבוירן דעם 9טן יוני 1959) איז א כנסת דעפוטאט און דער הויפט פון דער כחול לבן ליסטע אין דעם 21סטן כנסת.
צווישן די יארן 2011-2015 איז ער געווען דער צוואנציקסטער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל. ער האט איבערגענומען פון גבי אשכנזי.
ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
געבוירן אין יאר 1959, צו עלטערן חורבן אייראפע איבערלעבער, פון אונגארן און רומעניע.
ער איז געווארן מאביליזירט אין יאר 1977 אין דער ארמיי, ער האט געדינט אין דער פאל-שירעם בריגאדע, און שפעטער אלס אפיציר פארנומען אסאך פאסטנס. ער האט טייל גענומען אין די קאמפן פון ערשטע לבנון מלחמה, און געהאלפן אייננעמען ביירוט.
ער האט געדינט אלס קאמאנדיר פון צפון פראנט, אלס קאמאנדיר פון יהודה ושומרון דיוויזיע, און אלס ליעזאן פון צה"ל אין די פאראייניקטע שטאטן, אין זיין לעצטע פאסטן איז ער געווען וויצע שעף אונטער אשכנזי. ווען יואב גאלאנט איז אויפגענומען געווארן אלס שעף דורך אהוד ברק, האט ער רעזיגנירט, אבער זיך אומגעקערט ווען די רעגירונג האט אויפגעזאגט גאלאנט.
גאנץ איז אויך געווען קאמאנדיר פון צפון ארמיי, וואס איז איינע פון די צוויי ארמייען אין ישראל, וואס ווערט גענוצט אין פאל פון קאטאסטראפאלע צושטאנד, דערווייל זענען די צוויי ארמייען קיינמאל נישט גענוצט געווארן.
דעם 15טן פעברואר 2015 האט ער איבערגעגעבן זיין אמט פון שעף צו גדי אייזנקאט.
פאליטיק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
אנהייב 2019 האט גאנץ אויפגעשטעלט די פארטיי ״חוסן לישראל״ (ווידערשטאנדהאפטקייט פאר ישראל) צו פארמעסטן אין די אלגעמיינע וואלן פאר דעם כנסת, אפריל 2019. אין פעבואר 2019 האלט ער אינמיטן שאפן א קאאליציע פון מעסיגע פאליטיקאנטן, וועלכע קאנצעטרירן אויף א צענטער-לינק פלאטפארמע. דערווייל אינאיינעם מיט משה יעלון, פרובירנדיג צו שאפן אן אלגעמיינע פארטיי, אינאיינעם מיט זיין פארגייער אין מיליטער גבי אשכנזי, אבער אן ערפאלג.
מלחמות און קאמפן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
אין גאנצנס תקופה האט צה"ל געקעמפט אין די פאלגנדע מלחמות און קאמפן:
- ליטאני אקציע
- ערשטע לבנון מלחמה
- ערשטע אינטיפאדע
- צווייטע אינטיפאדע
- צווייטע לבנונישע מלחמה
- געגאסענע בליי אפעראציע
- עמוד ענן אפעראציע
פֿריערדיגער: גבי אשכנזי |
שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל 2011 - 2015 |
נאָכפֿאלגער: גדי אייזנקאט |
יעקב דורי · יגאל ידין · מרדכי מקלף · משה דיין · חיים לאסקאוו · צבי צור · יצחק ראבין · חיים בר-לב · דוד אלעזר · מרדכי גור · רפאל איתן · משה לוי · דן שומרון · אהוד ברק · אמנון ליפקין-שחק · שאול מופז · משה יעלון · דן חלוץ · גבי אשכנזי · בעני גאנץ · גדי אייזנקאט · אביב כוכבי | ![]() |