גבי אשכנזי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

גבי אַשכּנזי איז געווען דער ניינצענטער שעף פון גענעראל שטאב אין צה"ל, די ישראלדיקע ארמיי. ער איז געבוירן אין יאר 1954.

זונטאג י"ד שבט תשס"ט, נאך דער געגאסענע בליי אפעראציע, האט ער געדאווענט ביים כותל צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די נסים אין דער אפעראציע, און צו בעטן פאן באפרייען פונעם געפאנגענעם זעלנער גלעד שליט וואס כאמאס האבן אים געכאפט דעם 25טן יוני 2006.[1]


אהוד ברק, וועלכע דינט אלס זיכערהייטס מיניסטער, האט נאך א סקאנדאל וואס האט אויפגערודערט ישראל, געמאלדן אז יואב גאלאנט, וועט איבערנעמען אשכנזי, ווען אשכנזיס טערמין וועט אפלויפן, אין פעברואר 2011.

יואב גאלאנט דער ערוויילטער שעף, איז נאך א סקאנדאל אויפגעזאגט געווארן, און אנהייב האט יאיר נווה אלטע קאמאנדיר פון צענטראל פראנט, געזאלט ווערן צייטווייליקע שעף, דערנאך איז בני גאנץ, אויסגעוועלט געווארן צו זיין נאכפאלגער פון אשכנזי.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. "הרמטכ"ל התפלל בכותל לשחרורו של שליט", לדעת נייעס (ט"ו שבט תשס"ט). Retrieved on 2009-02-09. 


פֿריערדיגער:
דן חלוץ
שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל
2007-2011
נאָכפֿאלגער:
בני גאנץ