משה פייגלין
אויסזען
| געבורט |
31 יולי 1962 (אלט 63) חיפה, ישראל |
|---|---|
| מדינה |
ישראל |
| באשעפטיגונג |
פאליטיקער, זשורנאליסט |
| ווייב | ציפורה פייגלין |

משה זלמן פייגלין (געבוירן חיפה פלשתינה ארץ ישראל כ"ט תמוז ה'תשכ"ב, 31סטן יולי 1962) איז א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי, און א וויצע־פארזיצער פונעם 19טן כנסת. ער איז דער פירער פון דער "יידישער פירערשאפט" איינהייט.
ער איז א שטארק קעגנער פונעם אסלא אפמאך.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]משה פייגלין איז געבוירן געווארן אין חיפה צו זיינע עלטערן יעקב צבי און אסתר. ער איז אן אייניקל פונעם בעל ה"תניא". ווען ער איז געווען א קינד האט זיך זיין משפחה געצויגן אין רחובות.
אין 2000 האט ער אויפגעשטעלט די "יידישער פירערשאפט" איינהייט אין דער ליכוד פארטיי.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]משה פייגלין און זיין ווייב צפורה האבן פינף קינדער.