אור החיים
מראה
דער ספר אור החיים איז א ברייטער פירוש אויף חומש וואס הרב חיים אבן עטר האט געשריבן.
דער חיד"א רעכענט זיך פאר א תלמיד פונעם מחבר. ער שרייבט אין זיין ספר שם הגדולים, אז דער ספר אור החיים איז גלייך ווען עס איז געדורקט געווארן שטארק אנגענומען ביי די אשכנזים, ווייל רבי ישראל בעל שם טוב האט געזאגט גרויסע זאכן אויף דעם מחבר.
דער אור החיים האט עטליכע מפורשים אויף זיך:
אין תשע"ג איז גענעדיגט געווארן דער אור החיים המבואר דורך עוז והדר, מיטן פירוש מאורי אור וועלכע האט געשריבן רבי מנחם מענדל פאמעראנץ, 10 בענדער.