עוז והדר

פֿון װיקיפּעדיע
א באנד פונעם ״עוז והדר״ ש״ס


עוז והדר איז אן תורה אנשטאלט וואס ערצייגט ספרים אויף א נייעם הערליכן פארמאט אז עס זאל זיך לערנען מיט א געשמאק, וואס ווערט אנגעפירט דורך הגאון ר' יהושע לייפער פון די גרויסע דיינים אין שיכון סקווירא, מאנסי, אן איידעם פון רבי משה ניישלאס אב"ד שיכון סקווירא, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט א קליין כולל אין סקווירא שטעטל און זיך אויסגעוואקסן אויף א וועלטס פארנעם. דער אנשטאלט איז הויפטקווארטירט אין ירושלים, מיט צווייגן אין ביתר און בית שמש.

דער אנשטאלט באשעפטיגט זיך שוין 25 יאר אין דריקן די נייע מהדורה פון דעם תלמוד בבלי, אונטער הרב יוסף סאמעט און הרב עזריאל לוי אן אייניקל פון ר' שמואל שאול לוי, ראש הקהל פון עדת יראים אין פאריז).

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער אנשטאלט איז געעפנט געווראן דורך א קליינעם כולל אין שיכון סקווירא, וואס נעמט זיך איבער ארבעטן מסכת גיטין אלס א דער ערשטער קערנדל פון דעם ש"ס פראיעקט. די ארבעט דריקט תוצאות, און תלמידי חכמים פון דער גאנצער וועלט, נעמען זיך צאם, צו העלפן צום גרויסן פרויקט, וואס שנעלערהייט האט א ריזיגע הצלחה. אז דער ש"ס פון עוז והדר, ווערט באקאנעט אלץ די בעסטע מהדורה, וואס א סך גדולי ישראל, אין דעם שפיץ הרב יוסף שלום אלישיב, לערנען מיט דעם. ארום דער גאנצער וועלט, און בפרט אין עולם הישיבות אלע ווילן דעם 'עוז והדר'ס' ש"ס צו לערנען.

א גרופע תלמידי חכמים פון ארץ ישראל בראשות הרב מנחם מענדל פאמעראנץ האלטן ביי מאכן א ביאור אויפן גאנצן תלמוד בבלי, זאל זיין קלאר צו יעדן איינעם. די מהדורה ווערט גערופן מתיבתא. די ערשטע מתיבתא גמרא'ס האט מען ארויסגעגעבן אין תשס"ה, און ביז תשע"ד זענען דא שוין 85 בענדער, און די ארבעט איז נאך נישט פארטיג.

די פירמע היינט צוטאג'ס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאלגנד איז א טיילווייזער ליסטע פון ספרים וואס זענען איבערגעארבעט געווארן צו הערליכן פארעם אז עס איז א נסיון נישט צו ווערן קיין תלמוד חכם.

  • ש"ס בבלי
  • ש"ס ירושלמי
  • ש"ס מתיבתא
  • רמב"ם עם כל הפירושים
  • ספעציעלע ספרי המועדים

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]