לדלג לתוכן

משה בער בעק

פֿון װיקיפּעדיע
משה בער בעק
געבורט 17 מאי 1934
נירבאגעט, אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 16 אפריל 2021 (אלט 86)
מאנסי, ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

משה דוב בער הלוי בעק (ג' סיון ה'תרצ"ד - ד' אייר ה'תשפ"א) איז געווען דער פירער פון דער עקסטרעמער נטורי קרתא גרופע אין אמעריקע וואס זענען פֿעסט אין קאמפף קעגן ציונות.

ער איז געבוירן געווארן אין נירבאגעט אין יאר ה'תרצ"ד.

נאכן קריג געלערנט קודם אין ישיבה וואס שפראנערער רב האט אויפגעשטעלט אין בודאפעשט תיכף נאכן קריג.

שפעטער איז ער אנגעקומען קיין רוים איטאליע ווי ער האט געלערנט אין ישיבת מאור הגולה וועלכע איז געווען אויפגעשטעלט דורך הרב יצחק אייזיק מאשקאוויטש אינאיינעם הרב אפרים אשרי מיט הרב מאשוקאבסקי.

פון דארט איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און אריין לערנען אין וויזשניצער ישיבה אין בני ברק, און שפעטער האט ער זיך מצרף געווען צו דער גרופע פון די מורדים דארט.

ער האט געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון רבי וועלוול אייזנבאך וועלכער איז געווען א סימבאל און א שטאלץ פון די מערקווערדיגע פארצייטישע אידן אין ירושלים, און פון די איינציגער וואס האבן זוכה געווען צו זעהן א זעקסטן דור נאך אין זייער לעבן.

אלס בחור ווען ער פלעגט לערנען אין ישיבה, איז ער קיינמאל נישט ארויס אויף דער גאס אונטערן זון שיין!

ווען ער האט געוואוינט אין מאנסי האט ער געפירט א שול מיטן נאמען "בית יהודי", וואס האט צוויי מאל אפגעברענט.

ער האט ארויסגעגעבן ספרים אויף צניעות, קעגן קרית יואל סקול דיסטריקט און קעגן ציונות און נאך.

איינע פון זיינע קאנטראווערסיעלע שיטות זענען, אז כדי צו בארואיגן די אראבער וואס זענען גערעגט אויף די ישראלים, דארף מען פארן צו זיי, זיך חבר'ן מיט זיי, זיי אויפקלערן אז נישט אלע אידן האלטן ווי די ציונים, ער מיט זיינע מענטשן זענען ספעציעל נאנט געווען מיט יאסיר אראפאט. ער איז געגאנגען עטליכע מאל אים באזוכן, און אויך האט ער זיך געטראפן מיט דעם טרויעריג-בארימטן אנטיסעמיט מאכמוד אכמעדיניזשאד, דער געוועזענער פרעזידענט פון איראן.

עס עקזיסטירן ארום אים עטליכע סארט עלעמענטן, טייל פון זיי קומען אויסדרוקליך צוליב זיין קנאישער שיטה, א טייל קומען בלויז צוליב זיינע שיטות אין אידישקייט און האבן גאר בכלל נישט קיין שייכות אדער זענען גאר קעגן זיינע קנאישע שטיק, א טייל קומען בלויז צוליב דעם וואס זייערע גדולים האבן געהאלטן פון איהם א שטייגער ווי די ריבניצער חסידים נאכדעם וואס זייער רבי און מנהיג חיים זאנוויל אבראמאוויטש האט זיך מורא'דיג נוהג כבוד געווען אין אים, אזוי אויך די מאנטעווידעאר חסידים, און די נאכפאלגער פון קאשויער רב.

ער איז נפטר געווארן אום פרייטאג פרשת תזריע-מצורע, תשפ"א, אין עלטער פון 86 יאר.

און געקומען לקבורה אינעם בית החיים קרית קאשוי אינעם דעזיגנירטן שטח וואס זיינע אנהענגער האבן געקויפט אינערהאלב דעם בית החיים.

אין שנת תשי״ח האט ער געהייראט מרת ברכה טאכטער פון ר׳ וועלוול (שלום זאב) אייזענבאך פון ירושלים, זון פון ר׳ חיים הערש אייזענבאך.

זיין ברודער רבי אברהם צבי הלוי בעק, איז געווען דער רב פון דער ארטאדאקסישער קהילה "עדת ישראל" אין מעלבארן, אויסטראליע. געבוירן תרפ"ו און אוועק ה' תמוז תשע"ח, נאר צען טעג נאך זיין עליה לארץ ישראל צו בית שמש. פאר מעלבארן איז ער געווען רב פון חסידי בעלזא אין מאנטריאל.

אזוי איך איז זיין שוועסטער פארהייראט צו הרב אלקנה אוויטש לאנגיעריגער משגיח אין וויזניצער ישיבה טייל האבן געזען אין אים אלס פערזענליגע רעכטע האנט פונעם ישועות משה אנבאלאנגט השגחה אין ישיבה.

  • אמת ליעקב
  • ביאור על העצמאות
  • ברית יצחק
  • דרכי השידוכין
  • חלקנו בתורתך
  • יסודות של בית יהודי
  • לא תטע לך אשירה
  • מכתב התעוררות
  • קומי צאי מתוך ההפיכה
  • שבת קודש
  • שלום בית