מורדים
אויסזען
די מורדים אדער וויאזוי טייל רופן זיי נדחים [פונעם ווארט ווידערשפעניגן], זענען באקאנט אלס די וויזשניצער מורדים וואס זענען געווען א גרופע אזוי-גערופענע קנאים וואס האבן אין די בחורישע יארן געלערנט אין וויזשניץ בני ברק, און זענען געווארן בייז ווען דער וויזשניצער רבי, רבי חיים מאיר האט אויפגענומען זיין זון ר' משה'לע - דער 'ישועות משה' אלס רב אין קרית וויזשניץ, צוליב זיינע ׳ציוניסטישע׳ אנשויאונגען.
צווישן די גרופע איז געווען אריינגערעכנט
- ר' מאטל שטיין (ער איז געווען פון די איינציגסטע מורדים וואס איז געקומען פון א משפחה פון וויזשניצע חסידים נאך פאר די מלחמה. ער איז שפעטער צוריקגעקומען קיין וויזשניץ, און געווען א חסיד פון רבי מרדכי האגער פון וויזשניץ מאנסי, וואס איז אויך געווען זיין קרוב משפחה, אן איידעם פון ר' מאטל'ס עלטער פעטער, סקווערער רבי.)
- אליעזר דוד פאל
- משה בער בעק.
- משה ברוך ווייס
- אהרן משה שווארץ
- עזרא וויזל
- משה מיללער
- שמואל בריליאנט
- יודא אליעזר יונגער, אב״ד קהל יראים, מאנסי נ.י.
- דוד יצחק וויליגער
- יעקב אקער
ביהמ״ד אהל ישרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיי האבן אין די צייט נאכן ארויסגיין פון וויזניץ זיך גרופירט אין ירושלים און געעפנט א ביהמ״ד מיטן נאמען אהל ישרים צעביסלעך ווען זיי האבן זיך צושפרייט איבער די וועלט און שפעטער ווען זיי זענען נפטר געווארן איז דער ביהמ״ד מיט דער פירערשאפט אריבער צו א טייל פון זייערע קינדער.