חיים זאנוויל אבראמאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
הר"ר חיים זאנוויל אבראמאוויטש

רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש (ה'תרס"ב - כ"ד תשרי תשנ"ו), דער ריבניצער רבי, איז געווען באוואוסט אלס א פועל ישועות.

ר' חיים זיינוויל איז געבוירן צו זיין פאטער ר' משה אין באטאשאן, רומעניע, אין תרס"ב. ער איז געווען א חסיד פון דעם שטעפאנעשטער רבי, הר"ר אברהם מתתיהו פרידמאן.[1]

פילע אינטערסאנטע לעגענדעס און וואונדער הערט מען פון זיין לעבן און שאפן, ער איז געווען פארעכענט אלס אן הייליגער געטליכער מאן א קדוש וטהור וואס האט זיך מוסר נפש געווען אין קאמוניסטישן רוסלאנד צו טון מצוות און מל'ען אידישע קינדער אונטער די גרעסטע סכנות.

ער איז ארויסגעקומען פון רוסלאנד תשכ"ט קיין ירושלים, וואו ער האט געוואוינט אין קרית מאטערסדארף. נאך עטלעכע יאר האט ער זיך געצויגן אין אמעריקע.

די ערשטע צייטן האט ער זיך אויפגעהאלטן אין מיאמי. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין ברוקלין, אין קרוין הייטס, ער האט געוויילט א תקופה אין סיגעיט דערנאך בארא פארק ווי אויך א תקופה און לאס אנדזלעס און נאך פלעצער אבער דערנאך האט ער זיך באזעצט אין מאנסי, און געווארן באקאנט אלץ א גרויסער רבי. ער איז געווען א מוהל א שוחט א רב א רבי אלעס האט ער געדאווענט פאר די עמוד ער האט געפאסט גאנצע טעג ער האט מרבה געווען צו גיין אין מקווה.

אידן פארציילן מופתים און ווינדער וואס ער האט געזעהן האבנדיג אפענע אויגן צו זעהן אלץ.

הרב עזריאל טויבער האט אים פיל געהאלפן ארויסברענגענדיג דעם רבי'ן פון רוסלאנד ווי אויך הרב אברהם הכהן [ראמי קאהן ] ער שילדערט פיל אין זיין ספר וועגן אים, מרדכי בן דוד האט פיל זיך געדרייט ביי אים און נאך פארשידענע עסקנים. צווישן זיינע גבאים זענען געווען יחזקי' האפמאן, יצחק תהילים, אברהם שעהנוואלד, אברהם הערש גליק, ארי' געלדצעלער, משה וועג און משה בערקאוויטש משב"ק.

נאך זיין פטירה האט מען מייסד געווען א חדר תשב"ר נחלת חיים ריבניץ אויף זיין נאמען, וואס ווערט געפירט פון הרב חיים פלאהר. דער מוסד איז על טהרת הקודש מ'נעמט נישט קיינע פראגראמען נאר ריינע געלט.

צו זיין ציון שטראמען יודן אין די  טויזנטער, אלע טעג פון יאר, ס'כמעט נישטא א צייט דורכן גאנצן יאר, טאג און נאכט, וואס ס'זאל זיין ליידיג פון מענטשן דארט, ממש ארום דער זייגער.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]