ראמי קאהן

פֿון װיקיפּעדיע
ראמי קאהן
קיין פריי בילד
געבורט 10 מערץ 1929
בראטיסלאווא, טשעכאסלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 מערץ 2020 (אלט 91)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, טשעכאסלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אברהם ״ראמי״ הכהן קאהן (10טן מערץ 1929 – כ"ח אדר, ה'תש"פ) איז געווען א וועלט-בארימטער מוהל, בעל חסד און פארטיזאנער קעמפער ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה.

ער ווערט לויט געוויסע באטיטלט אלס דער גרעסטער מוהל אין היסטאריע. מיט א רעקארד פון בערך 35,000 ברית'ן וואס ער האט דורכגעפירט.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ראמי קאהן איז געבוירן געווארן אין בראטיסלאווא, טשעכאסלאוואקיי, איינער פון 7 געשוויסטער.

ביי דער צווייטער וועלט־מלחמה האבן זיינע עלטערן באוויזן אים אריינשמוגלען אין אונגארן, וואו די נאציס האבן צוערשט נאכנישט געהאט אינוואדירט, און ער האט דארטן ווייטער געלעבט עטליכע יאר רואיג, ער האט אפילו געלערנט געהעריג אין ישיבה. אין 1944 ווען די נאציס האבן אינוואדירט אונגארן, איז ער געווען א אינגער בחור פון 15 יאר, ער האט באוויזן זיך צוריק אריינצושמוגלען קיין טשעכיי, און זיך אנגעשלאסן אין א פארטיזאנער גרופע, אזוי האט ער געראטעוועט זיין לעבן, און אנדערע אידישע קינדער.

נאכדעם קריג האט ער אימיגרירט קיין אמעריקע, וואו ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון רבי מנחם שלום געלדצעלער.

אין ניו יארק האט ער געבויעט פילע געביידעס אין סטעטן איילענד, און גאר שיין פארדינט דערפון.

אויך האט ער זיך באקענט מיט רבי חיים זאנוויל ראבינאוויטש, דער ריבניצער צדיק, מיט וועם ער האט זיך געהאלטן גאר נאנט, און געשטאנען צו הילף פאר דעם צדיק.

אויך איז ער דאן געווארן א מוהל, ער האט זיך אויסגעצייכנט אין דורכפירן ברית'ן אין ספעציעלע פעלער אדער פאר עלטערע אידן.

ער האט מחבר געווען די ספרים ״ברית אברהם הכהן״ אויף הלכות מילה.

א קורצע צייט בעפאר זיין פטירה האט ער נאך אפגערייזט קיין וואשינגטאן די.סי., צום קעפיטאל, וואו ער האט ערהאלטן אן אויסצייכענונג פאר זיין ראלע אלס פארטיזאנער ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה.

ער איז נפטר געווארן דינסטאג פרשת ויקרא, כ"ח אדר ה'תש"פ, אין עלטער פון 91 יאר, נאכן ווערן אנגעשטעקט מיט דעם שוידערליכן קאראנאווירוס.

עסקנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען דער אייזערנער פארהאנג איז צוזאמגעפאלן און טויזנטער אידן האבן צום ערשטן מאל געקענט זיך פירן רעליגיעז אפענערהייט, האט רבי אברהם דורכגעפירט צענדליגער טויזנטער ברית'ן, וואס האט אנגעהאלטן פאר די קומענדיגע צענדליגע יארן.

אין די תש"נ יארן האט ער געהאלפן ראטעווען דער קבר פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע, ווען די סלאוואקישע רעגירונג האט פלאנירט אויסצורייסן דער קבר.

ווען די ניו יארקער רעגירונג האט געוואלט רעגולירן מציצה בפה, איז ער געווען פון די פירנדע עסקנים צו קעמפן דערקעגן.

קרן אברהם הכהן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אברהם האט ליידער נישט זוכה געווען צו האבן קיין אייגענע קינדער; דערפאר האט ער געלאזט אויפשטעלן דעם קרן אברהם הכהן, אויף זיין נאמען, וועלכע האט יעדעס יאר אויסדערוועלט צוויי תלמידי חכמים, וועלכע האבן זוכה געווען צו א גרויסן סכום געלט, פארן זיך אויסצייכענען אין פילע מקצועות התורה.

דרויסנדיגע וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א באריכט אויף JTA

א באריכט אויף ניו יארק טיימס

א באריכט אויף CNN