אברהם מתתיהו פרידמאן

פֿון װיקיפּעדיע
אברהם מתתיהו פרידמאן
געבורט 10 דעצעמבער 1847 (יוליאניש)
סאדיגורא, בוקאווינא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1933 (אלט 85 בערך)
יאס, קעניגרייך פון רומעניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אברהם מתתיהו פרידמאן זצ"ל (כ"ה כסלו ה'תר"ז - כ"א תמוז ה'תרצ"ג), פון שטעפאנעשט.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אברהם מתתיהו איז געבוירן אין סאדיגורא כ"ה כסלו ה'תר"ז [1], צו זיין פאטער הרב מנחם נחום פרידמאן פון שטעפאנעשט, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. דער רוזשינער האט באפוילן מען זאל אים א נאמען געבען אברהם נאך זיין זיידן רבי אברהם המלאך און מתתיהו מענינא דיומא, וויבאלד ער איז געבוירן חנוכה.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרכ"ט נאך די פטירה פון זיין פאטער האט רבי אברהם מתתיהו איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט אין שטעפאנעשט. זיין עבודה איז געווען מיט א געוואלדיגע באהעפטונג (דביקות) צום אייבערשטן, אינגאנצן אויסגעטוהן פון די וועלט. שטונדן לאנג האט געדוערט זיין דאווענען, נאכהער האט ער עטוואס בייביסן, אין אלעס אויסגעטיילט פאר שיריים.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אברהם מתתיהו איז נפטר געווארן פרייטיק-צונאכטס כ"א תמוז ה'תרצ"ג, איבער פופציג טויזנט מענטשן האבן אים באגלייט ביי זיין לויה. ה' חשוון ה'תשכ"ט האט מען אריבער געברענגט זיין קערפער קיין ארץ ישראל, אין חלקת נחלת יצחק, און זיין קערפער איז נאך געווען גאנץ.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

י"ח חשוון ה'תרכ"ב האט רבי אברהם מתתיהו געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב יצחק רייך, אן איידעם פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. נאך עלף יאר האט ער איר גע'גט אן קינדער.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת שרה צפורה א טאכטער פון הרב יוסף מאנזאהן, אן איידעם פון דער ריזשינער, זי האט מיט געברענגט דריי קינדער פון איר ערשטער מאן.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (7)
  1. נר ישראל איז מסופק ה'תר"ז אדער ה'תר"ח