לדלג לתוכן

מנחם נחום פרידמאן

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט דער אלטער רבי פון שטעפאנעשט. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט מנחם נחום פרידמאן (באדייטן).
רבי מנחם נחום פרידמאן
שטעפאנעשטער רבי
געבורט תקפ"ג
רוזשין
פטירה י"ד כסלו תרכ"ט
יאס
קבורה ארט יאס
חסידות שטעפאנעשט
פירערשאפט תרי"ב - תרכ"ט
הויף ארט שטעפאנעשט
נומער אין דינאסטיע 1
נאכפאלגער רבי אברהם מתתיהו
פאטער רבי ישראל פון רוזשין
מוטער שרה אפרתי
קינדער1 אברהם מתתיהו, גיטל, בת־שבע
ווייב 2 ?? קאשאנסקי

רבי מנחם נחום פרידמאן זצ"ל (ה'תקפ"ג - י"ד כסלו ה'תרכ"ט) פון שטעפאנעשט, רומעניע.

רבי מנחם נחום איז געבוירן אין רוזשין אין יאר ה'תקפ"ג, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.

אין יאר ה'תרי"ב האט רבי מנחם נחום זיך געצויגן אין רומעניע און איז געווארן רבי אין שטעפאנעשט, רומעניע, פון וואו זיין איינפלוס (השפעה) האט זיך פארשפרייט איבער גאנץ רומעניע.

רבי מנחם נחום איז נפטר געווארן אין יאס, י"ד כסלו ה'תרכ"ט ביי די 45 יאר. ער ליגט אין אן אוהל דארט.

רבי מנחם נחום האט געהייראט א טאכטער פון הרב אלעזר קאשאנסקי. זייערע קינדער:

  • מרת גיטל, די ווייב בזיווג שני פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא.
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו