לדלג לתוכן

פארברעכן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קרימינאל)

פארברעכן איז עובר זיין אויף א געזעץ, דער מענטש איז א פארברעכער אדער א פארלעצער, און עס קען אים דראען א שטראף אויב ער ווערט געכאפט און ווערט געפונען שולדיג אין געריכט.

כאטש יעדע פארברעכן ברעכט די געזעץ, נישט יעדע ברעכן די געזעץ ווערט פאררעכנט א פארברעכן. צום ביישפיל, ברעכן א קאנטראקט אדער אן אנדער ציווילע געזעץ קען זיין אן "איבערשפרייז" אדער "פריצת גדר", אבער נישט מיט דער דרגה פון א פארברעכן. אין מאדערנע געזעלשאפטן איז א פארברעכן אן איבערשפרייז קעגן דעם ציבור אדער דעם שטאַט, אבער נישט א היזק צווישן צוויי פריוואטע פארטייען.