מיי 2006
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון מײַ 2006)
ארטיקל צו איבערקוקן דער ארטיקל, אדער בלויז דעטאַלן פון אים, זענען מעגלעך נישט געשריבן ענציקלאפעדיש, אדער זענען זיי מעגלעך גאר פֿאַלש, אדער נישט נייטראל אראפגעשריבן. ביטע נישט אראפנעמן דעם מוסטער איידער מען טוט זיך געהעריג דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט. |
מיי 2006 איז געווען א מאנאט מיט 31 טעג.
געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- איבערקערניש אין עולם הכשרות: תנובה האט גענוצט חלב נכרי אין זייער כשרע מילכיגע פראדוקטען. (זשעי פאסט).
- גוגל איז נומער 1 און וויקיפעדיע איז נומער 2 פון די וועלט'ס בעסטע וועב סייטס אויפן אינטערנעט. (בייט לעוועל ריסוירטש (ארכיווירט 07.04.2007 ביי דער Wayback Machine))
- פארכאפער פון קינדס טויטע קערפער אין אשדוד דערציילן וויאזוי זיי האבן פארכאפט די קינד ארויס דורך א פענסטער, און דאס אוועקגעטראגן אין א פלאסטיק זעקל. (וויי נעט).
- ארץ ישראל: העכסטער געריכט וועט אנטשיידן צו חב"ד איז א טייל פון ארטאדאקסישע אידענטום אדער זענען סתם א פאלנער משיחיסטישע קולט. (ידיעות)
- חרדים גנב'נען קינדס קערפער פון בית החיים אין אשדוד נאכדעם וואס געריכט פסק'נט אז מען זאל דאס פאלמעלסן כדי אויסצוגעפונען פון וואס דאס קינד איז געשטארבן, שטורמישע פראטעסטן ברעכן אויס אין מאה שערים, און אשדוד. (זשעי פאסט).
- שמעון וויזענטאל צענטער פארשעמט וועלטס פרעסע מיטן שטופן פאלטשע נייעס באריכט: אז איראן זאל האבן געמאכט גזירה אז אידן דארפן אנטאן געלע צייכןס. (זשואיש וויק (ארכיווירט 10.02.2007 ביי דער Wayback Machine))
- מער פון טויזענט אידן ערווארטעט אין מעזביז צו פראווען יו"ט שבועות ביים ציון הבעש"ט; לכבוד דעם מעמד וואטשט הערליכע מוזיק ווידיאו פון מרדכי בן דוד "שבת אין מעזשביזש". (חבד אונליין)
- הרב אמנון יצחק שלאגט זיך שוין ווידער אין געריכט פאר געלט; איצט איז די רייע אויף ש"ס פארטיי. (מעריב (ארכיווירט 18.06.2006 ביי דער Wayback Machine))
- חרדישער מיליאנער, פאפא ראש הקהל, ר' מעכל אבערלענדער, דראפט קעיס קעגן מאנסי באהערדע. נאכדעם וואס ער זאגט ליגענט אז זיין הויז איז א שול כדי זיך ארויסדרייען פון צאלן שטייער. (זשורנאל ניוז (ארכיווירט 27.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
- איינציגסטער אידישער קאנסערוועטיווער הויך שולע אין מאנהעטען שפארט זיך צו. (מארווין שיק)
- קרוין הייטס: אינגערמאן ארעסטירט איבער נאכט פארן זיך טענה'ן מיט פאליציי נאך באקומן טיקעט פאר דאבל פארקינג. (בילדער)
פרייטיק כ"ח אייר תשס"ו
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דאס לעבן און שאפן פונעם אידישן קעניג פון נגינה, ר' שלמה'לע ווערט פראדוצירט אין א בראדוועי מיוזיקעל צו אינספירירען די גרויסע ברייטע גוי'אישע וועלט מיט זיין געטליכע כוח (זשאיש וויק (ארכיווירט 15.06.2006 ביי דער Wayback Machine))
- נייער יידיש האטליין פאר ספארטס אפדעיטס: 206-222-4089 (ישיבה וועלט)
- סאטמאר: נייער קאמפעין קעגן ביציקלעך. (זשאיש פרעס)
- קרוין הייטס עסקן ר' חנני' שפערלין קלאגט אן אין גוי'שן געריכט ר' משה רובאשקין אויף גניבות. (זשעי. וויק (ארכיווירט 12.09.2006 ביי דער Wayback Machine))
- דעניס פרעגער בינד זיך איין זיין הארץ און מוח מיטן ווארט פון באשעפער. (חבד אונליין)
- שלום בערגער אין א העכסט אינטערסאנטער לענגערע באלערנדער אפהאנדעלונג פון קרענק און זשערמס אין אלגעמיינער. (אלגעמיינער (ארכיווירט 09.10.2006 ביי דער Wayback Machine))
- קינדערליך געבן ארויס נייע טעיפ פון ארגינעלע שלמה קארליבאך ניגון וואס מ'האט ערשט לעצטענס אנדעקט, עס נעמט איין די פיבער פון אלע אידישע שמחות. (אוידיאו קליפ (ארכיווירט 11.09.2006 ביי דער Wayback Machine))
- טויזענטע אידן זאגן היינט תפילה פון של"ה הקדוש. (ישיבה וועלט)
- ריעל עסטעיט: דער פליפּינג פראקטיצירונג, טרייבט ארויף פרייזן פון הייזער אין אידישע געגענטער ווערט דעבאטירט. (קרוין הייטס אינפא)
- וויליאמסבורג: קינד ארויסגעפאלן פון פענסטער אן קיין געיטס. (וואס איז נייעס)
- בני ברק: גרויסער טוען רבני, בעלזער אינגערמאן אנגעשלאגן, אין קריטישן צושטאנד. (בחדרי חרדים)
- ברוך דיין האמת: פרוי פון ר' בערל וויין, נפטר געווארן. (איי.ען.ען.)
- אידישער וויקיפעדיע ווערט דער איינציגסטער יידישער טאג-צייטונג, דאס מערסטע געליינט דורך חסידים וואס קענען זיך אויס מיטן אינטערנעט. (ניו וואוסעס (ארכיווירט 22.04.2007 ביי דער Wayback Machine))
- תורה ומסורה צוזאמפאר פון מחנכים: הרב שטיינעמאן אסר'ט מלמדים שפילן באל מיט תלמידים, הרב פיינשטיין, (זון פון ר' משה פיינשטיין) מאכט עס אוועק צוליב דעם וואס רב שטיינעמאן פארשטייט נישט די מער מאדערענע אמעריקאנע ליטווישע חינוך סיסטעם. (איין עדות וואס האט דאס מיטגעהאלטן)
- כשר מארקעט וואוקס: וועלט בארימטער "מאנישאוויץ" עסן קאמפאני, קויפט אפ חסידישע היסטארישע רוקח עסן קאמפאני. (ישיבה וועלט)
- 40% וואוקס אין חרדים וואס פארלאזן די ישיבות און כוללים און וועלן אויס צו ארבייטן פאר פרנסה אין ירושלים. (ידיעות)
- ירושלים ווערט מער און מער חרדיש, פרייע אידן אנטלויפן פון שווארצן שטאט. (ידיעות)
- ר' חיים שלום לעפקאוויטש פון די הויפט סאטמאר נטורי קרתא קנאים, מוחה אויף די ציונים ווערט איבערגעריסן פון ציוני. (ווידיאו קליפ)
- אהרוני הייד פארק פארום כל העולם כולו פארשפארט דורך הייד פארק מערכת, נאך טעראר פון פאוסטן טעלעפאון נומבערס און בילדער פון קעגן זייטיגע עסקנים. איינציגער סאטמארע פארום וואס שטייט דערווייל איז חדשות אנש סאטמאר כאטשיג זיי האבן געטאן די זעלביגע עבירה. (בחדרי חרדים)
- קבר יוסף אין שכם אפגעשפארט פאר די פילע אידן וואס ווילן ארויפגיין צו זיין ציון מתפלל זין אין דעם גרויסן טאג יסוד שביסוד אין ספירה. (ערוץ 7)
- ספרים געשפעט אין באוקא ראטאון פלארידע, מיטן נאמען "אידישקייט" וואנדאליזירט. (סאן סענטעניאל)
- מזל טוב: אינגל אדער מיידל? באקענט זיך מיטן "דעזיינער בעיבי" פענאמענע, אוואו טויזענטע צאלן געלט צו אויסוועלן זייער ניי געבוירן בעיבי. (פארווערטס)
- דעמאקראטן ווילן נישט בלאקירן אנטיסעמיטישער האלאקויסט לייקענער צו לויפן אויף זייער טיקעט אין די פריימעריס. (עי.פי. (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- חסידישער שרייבער שילדערט תהום צווישענשייד פון אלגעמיינער זשורנאל און דער איד. (אלגעמיינער (ארכיווירט 06.10.2006 ביי דער Wayback Machine))
- צום ערשטן יארצייט פון דעם ריז און שריפט, ר' גרשון יעקבסאהן: זוהן שילדערט וויאזוי זיין טאטע האט זיך געלייגט שלאפן פאר אייביק. (אלגעמיינער (ארכיווירט 04.04.2007 ביי דער Wayback Machine))
- ריעל עסטעיט בום: מעיפל עוועניו קארנער מעין סטריט אין האוזינג אונטערנעמונג וואס וועט טוישן דאס פנים פון הארץ פון מאנסי פון א סובארב צו א שטאט. (זשורנאל ניוז (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- ארטאדאקסישער אסעמבלימאן פון מאנסי, רייען קארבן האט שוין סעקסואל באלעסטיגט אינגע מענער ערשטן טאג אין אלבאני; רעזעגינירט נאר נאכדעם וואס שעלדאן סילווער סטראשעט צו נעמען שריט; נאכדעם וואס ער פירט זיך ווי מנובל אין פובליק. (פאוסט)
- חב"ד קירוב אין די וואלקענעס: פיילעט פון עראפלאן באגרוסט רייזענדע בחורים זיי געזונט; ס'האט אים געקאסט טייער מיט מצווה. (בילדער)
- הרב שטיינעמאן טרעט אויף ביי תורה ומסורה צוזאמפאר פון טויזענטע מחנכים; קנאים פראטעסטירן קעגן אים צוליב זיין שטיצע פאר נחל החרדי. (בילדער)
- אידישע מאנסי אין שאק; ערשטער ארטאדאקסישער אסעמבלימאן און אינגסטער פאליטיקער אין ניו יארק'ס היסטאריע, רייען קארבן, רעזעגנירט פלוצלינג, אין וואלקן פון שמוציגען סקאנדאל, אז ער האט געי סעקסואל באלעסטיקט אינגע מענער אין אלבאני. (פאוסט)
- העכסטער געריכט אין מדינת ישראל ווארפט אפ פסק בית דין, אז בילדער וואס כאפט אראפ ווייב אינמיטן האבן סעקס מיט פרעמדע מאן, איז מחייב א גט. געריכט זאגט אז די בילדער טארן/קענען נישט גענוצט ווערן ווייל עס איז דערווישט מיטן ברעכן דעם פרוי'ס רעכטן פון פריוואטקייט ממילא דארף זי נישט אנעמען דעם גט, און בית דין קען איר נישט מחייב זיין א גט. (מעריב (ארכיווירט 18.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
- אידישער ליבעראלער פראפעסער "נועם טשאמסקי" טרעט אויף פאר חיזאבלא טעראריסטן און שטיצט זייער זשיהאד. (ידיעות)
- ר' יוסף יצחק יעקבסאן אין אינטערוויאו לכבוד זיין טאטען'ס יארצייט; פארוואס האט דער אלגעמיינער בילדער פון פרויען? פארוואס האט ר' גרשון יעקובסאהן געפענט און געפירט א צייטונג אויף א געשטארבענער שפראך? וויאזוי האט ער זיך געמעגט באטייליגן אויף רעפארם און אפיקורסישע צאמקנופטען? און די הצלחה פון אלגעמיינער וועב סייט וואס האט היינט 30 טויזענעט ליינער וועכענטליך. (שטורם (ארכיווירט 08.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ארוינים בחורים ווארפן שטיינער אויף קאר פון ר' זלמן לייב טייטלבוים'ס רעביצען. 1 בחור ארעסטירט. (פאוסט)
- אלע פאפירן וועגן די שווינדלן פון שלמה דוועק קען מען לייענען אויפן אינטערנעט דא (ארכיווירט 14.10.2006 ביי דער Wayback Machine), (עי. פי. פי.).
- מאדערן ארטאדאקס רבנים טרעפן זיך אין ירושלים צו דוסקירען אויסער חתונה סעקס, און זאגן: בעסער ניצען געבורט קאנטראלירן מיטלען ווי איידער האבן סעקס פאר מען האט חתונה. (זשערוסעלים פאוסט).
- פארשער: הארי פאטער - וואס איז זייער פאפולער ביי נישט פרומע - איז נישט קיין כישוף לויט רמב"ם. (זשערוסעלים פאוסט).
- כאמאס מיניסטער אטעף אדוואן טרעפט זיך מיט קנאישע רב ר' משה אריה פריעדמאן פון וויען, עסטרייך. האפען אנצובינדען נאנטשאפט צווישען ביידע גרופעס, און האפען אז די יידישע געמיינדע פון וויען וועט שיקען מענטשליכע הילף פאר פאלעסטינע צוועקן. (זשערוסעלים פאוסט).
- חרדישער עסקן ר' שמואל לעפאקאוויטש, דער וואס האט געבויט די חרדישע בעיסוואטער און די ערשטע לאו אינקאם הייזער אין בארא פארק, שתדלט פאר 400 נייע דירות פאר ארימעלייט אין לעיקוואד. (עי.פי.פי.)
- נייער פיקטשארל מאגאזין "קהילות הקודש" געגרינדעט דורך קנאים און אנטוישטע חסידות'ער אלס קאמפעטישן צו כל העולם כולו חסידות בילדער מאגאזין. (בחדרי חרדים)
- אלע פאפירן וועגן די שווינדלן פון שלמה דוועק קען מען לייענען אויפן אינטערנעט דא (ארכיווירט 14.10.2006 ביי דער Wayback Machine), (עי. פי. פי.).
- מאדערן ארטאדאקס רבנים טרעפן זיך אין ירושלים צו דוסקירען אויסער חתונה סעקס, און זאגן: בעסער ניצען געבורט קאנטראלירן מיטלען ווי איידער האבן סעקס פאר מען האט חתונה. (זשערוסעלים פאוסט).
- פארשער: הערי פאטער - וואס איז זייער פאפולער ביי נישט פרומע - איז נישט קיין כישוף לויט רמב"ם. (זשערוסעלים פאוסט).
- כאמאס מיניסטער אטעף אדוואן טרעפט זיך מיט קנאישע רב ר' משה אריה פריעדמאן פון וויען, עסטרייך. האפען אנצובינדען נאנטשאפט צווישען ביידע גרופעס, און האפען אז די יידישע געמיינדע פון וויען וועט שיקען מענטשליכע הילף פאר פאלעסטינע צוועקן. (זשערוסעלים פאוסט).
- חרדישער עסקן ר' שמואל לעפאקאוויטש, דער וואס האט געבויט די חרדישע בעיסוואטער און די ערשטע לאו אינקאם הייזער אין בארא פארק, שתדלט פאר 400 נייע דירות פאר ארימעלייט אין לעיקוואד. (עי.פי.פי.)
- נייער פיקטשארל מאגאזין "קהילות הקודש" געגרינדעט דורך קנאים און אנטוישטע חסידות'ער אלס קאמפעטישן צו כל העולם כולו חסידות בילדער מאגאזין. (בחדרי חרדים)
- מארווין שיק קריטיקירט העלע ווינסטאן'ס בוך איבער אפגעפארענע חרדים. (זשערוסאלם פאוסט)
- סאטמאר קנאות טריומפירט מיט זיג; מאנטריאל וויזיט אפגערופען אין לעצטן מינוט; אויפן באפעל פון גערע רבי נישט צו דערלאזן קיין שאנדע פון הרב שטיינעמאן. (בחדרי חרדים)
- לענגערער שאנדפולער ארטיקל מיט בילדער אין ניו יארק מאגאזין שיינט ליכט אויף פארווייטאגטער מלמדים מנובלים סקאנדאל. צווישן אנדערע ווערט באריכטעט:
- הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג האט פארשטיקט קרבנות טרערן מיט 30 יאר צוריק מיט פסק אז סעקסועל אביוז אן בעילה איז נישט קיין עבירה על פי דין תורה, און ס'הייסט מסירה אויב מען פארציילט פאר די פאליציי.
- ברוקלין דיסטריקט אטוירני טשארלס היינס קומט אונטער קריטיק פארן דערשטיקן אלע קאמפלעינטס פון היימישע קינדער פון חדרים. ער איז קארופטירט אויס פחד נישט צו פארלירן די היימישע וואל כוח, און געבט איבער אלע קאמפלעינטס פאר א בית דין צו דערשטיקן די קרבנות און זיי אפשרעקן פון רעדן.
- לויער וואס האט אריינגעטראגן 20 מיליאן דאלערדיגע ציווילע קלאגע קעגן פלעטבוש חדר תורה תמימה איז א פרומער איד וואס האט סוסקסעפול געברענגט צו גערעכטיגקייט די קאטוילישע קירכע און זייערע גלחים וואס האבן געטשעפעט קינדער.
- העלע ווינסטאן האט אינטערוויאוד פילע קרבנות פון סעקס אביוז און קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג.
- תורה ומסורה מיט אלע חרדישע מוסדות לאזן נישט קאנטראלירן די מלמדים וואס סאיז דא אויף זיי באשולדיגוגנגען.
(ניו יארק מעטרא (ארכיווירט 07.09.2006 ביי דער Wayback Machine))
- הרב שטיינעמאן קומט נישט קיין בארא פארק צוליב סאטמאר מוחאות, אנשטאט גייט ער נאר קיין מאנסי, לעיקוואד, מאנטריאל, לאס אנזעלעס און טאראנטא. ר' משה מנחם טירנויער זאליס דיין אין סאטמאר מאנטריאל מוחה קעגן אים. (בחדרי חרדים)
- אסיפה אין מאנסי קעגן אינטערנעט ארגאניזירט דורך ר' יודל וואלף און הרב אבא חייא טויבער אנפירער פון משמרת הצניעות. (אן די מעין ליין)
- באלטימאר אידענעס געווארענט נישט גיין אליינס נאך רעיפ פון עלטערע פרוי. (דאבעליו.בי.עי.על.)
- ארוני ר' אברהם רובין שיקט אויפקלערונג פאר פרעסע אפצושלאגן זאליס פראפעגאנדע. (ישיבה וועלט)
- אלגעמיינער זשורנאל באשרייבט די היץ וואס נעמט ארום אמעריקע איבער ניי האליוואוד פילם. (אלגעמיינער (ארכיווירט 06.12.2006 ביי דער Wayback Machine))
- אלגעמיינער זשורנאל ווענדט זיך צו אירע ליינער נאך הילף צו אנטשיידען היסטארישער דאקומענט פון זיגמאנד פרויד'ס פאטער. (אלגעמיינער (ארכיווירט 07.10.2006 ביי דער Wayback Machine))
- פוסק הדור הרב וואזנער, ר' יענקל מילער, חברי הכנסת, ר' ברוך מרדכי לעבאוויטש, זשורנאליסטן, עסקנים, און רבנים חבד, ערשיינען ברית פאר ניי געבוירן קינד צו ר' חיים יענקל לעבאוויטש אין קינג דעיוויד האטל. (בילדער)
- קרעטשניף רבי פון ירושלים/כפר אתא נפטר געווארן. די לווי' וועט ארויס גיין היינט זונטאג פון זיין בית מדרש אין ירושלים. (בחדרי חרדים).
- ווידעא פון דעבאטע וואס האט אויפגעשאקעלט דעם אמעריקאנעם אידענטום צו זייער פיינפולער מציאות: אסימילירטער טעלעוויזשען פערזענליכקייט טעד קאפעל שילדערט א שמועס מיט ר' חיים יודא גאלדשטיין פון 47 פאטא, אפצומאלן די מצב פון אידישקייט אין אמעריקע; הרב עדין שטיינזאלץ איז מודה אז אמעריקאנער אידן באשטייען פון סאטמאר חסידים און קינדער פון רעפארם ראבייס. א.ב. יהושע ערקלערט אז דער ווארט איד עקזיסטירט שוין נישט אין לעקסיקאן זינט עס איז דא א אידיש לאנד וואס געבט איר צוריק די ארגינעלער נאמען: ישראל. (עי.זשעי.סי. (ארכיווירט 21.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ר' יונתן ראזנבלום, פאריתוםט פון זיין פרייע טאטע, אין הספד וויאזוי פינף קינדער זענען אלע געווארן בעלי תשובה. (משפחה (ארכיווירט 16.05.2006 ביי דער Wayback Machine))
- חרדישע מעיאר פון לעיקוואד מאיר ליכטענשטיין זאגט צו געלט פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעסט פון פארכאפער פון חרדישע מיידל. די געלט קומט פון די חרדישע געמיינדע אין לעיקוואד. (עי. פי. פי.).
- פעטער פון שלמה דוועק - וואס איז באשולדיגט אין ארויסשווינדלען 25 מיליאן דולר פון א באנק - טענה'עט איין מיט די ריכטער אז באדענס אין ווערט פון מיליאנען וואס די ריכטער האט איינגעפרוירן געהערן גאר צו אים און נישט צו שלמה דוועק. (עי. פי. פי.)
- עקענאמישער קאטאסטראפע ערווארטעט אין ירושלים, ראש ישיבת מיר פארבאט די טויזענטע בחורים צו נוצן רעסטוראנטן. (בחדרי חרדים)
- וואלעס אפדעיט: הויז ארעסט פון חרדישער פאטער וואס ווערט באשולדיגט אין הרגענען אייגן קינד ווערט א שול; דודי זילבערשלאג ערקלערט: די פרשה ווערט א גרויס פאקטאר אין סאטמאר מחלוקת צווישן ארונים מיט זאלוינים; וועטעראן עסקן ר' דוד שמידל פון אתרא קדישא איבערגענומען מערכה אים ריינוואשן. (הארץ)
- חרדישע מיידל פון לעיקוואד ווערט פארכאפט דורך אומבאקאנטע פערשוינען פאר איבערנאכט נאכן ארויס גייענדיג פון א חרדישע זשים. די פארכאפער לאזן איר אראףּ אויף דעם זעלבען פלאץ 5 אינדערפרי (עי. פי. פי.), (עי. פי. פי. אפדעיט).
- ניו יארק מאגאזין ערקלערט וויליאמסבורג חסידישער סאטמאר ארוני איד, ר' "פוטשו וויינבערגער", אלס פערטער גרעסטער מאכטפולער כוח אין ניו יארק פאליטיק, צוליב זיין נאכאנאנדיגער פארנומענקייט אויפן טעלעפאון, זייענדיג דער גרעסטער "לשון הרע" טרעגער. (ניו יארק מעטרא (ארכיווירט 26.07.2008 ביי דער Wayback Machine))
- חרדישע מיידל פון לעיקוואד ווערט פארכאפט דורך אומבאקאנטע פערשוינען פאר איבערנאכט נאכן ארויס גייענדיג פון א חרדישע זשים. די פארכאפער לאזן איר אראףּ אויף דעם זעלבען פלאץ 5 אינדערפרי (עי. פי. פי.), (עי. פי. פי. אפדעיט).
- ניו יארק מאגאזין ערקלערט וויליאמסבורג חסידישער סאטמאר ארוני איד, ר' "פוטשו וויינבערגער", אלס פערטער גרעסטער מאכטפולער כוח אין ניו יארק פאליטיק, צוליב זיין נאכאנאנדיגער פארנומענקייט אויפן טעלעפאון, זייענדיג דער גרעסטער "לשון הרע" טרעגער. (ניו יארק מעטרא (ארכיווירט 26.07.2008 ביי דער Wayback Machine))
- ר' הערמאן וואק, שרייבט אן ארטיקל אין וואל סטריט זשורנאל איבער די איראק מלחמה קעגנערשאפט און זיין קאריערע וואס איז געווארן אויסגעפארעמט נאר אדאנק דעם. (וואל סטריט זשורנאל)
- לאנג יעריגער מלמד אין רייכע פלעטבוש חדר "תורה תמימה" באשולדיגט דורך תלמיד אז ער האט אים סעקסואל באלעסטיגט מער פון 30 יאר צוריק אלס קינד; מנהל הרב מרגליות אויך אנגעקלאגט פאר 20 מיליאן דולער צוליב פארשווייגן; קרבן טענה'ט ביי פרעסע קאנפערענץ אז סאיז דא נאך 15 תלמידים וואס זענען באטראפן. (דעילי ניוז)
- טשארלס קראוטהאמער: מיט ארץ ישראל ווערענדיג די גרעסטער אידישער ישוב פון אלע גלות לענדער, פארגרינגערן מיר די ארבייט פון איראן צו פארענדיגן היטלער'ס דורכגעפאלענע פלאן צו פארטיליגן דעם אידישן פאלק. (וואשינגטאן פאוסט)
- ר' עזריאל טויבער: אידן וואס זענען אפגעפארן פון אידישקייט נאך די 2'טע וועלט מלחמה צוליב די האלאקויסט זענען פון די ערב רב. (הרהורים)
- וועלט'ס רייכסטער אינוועסטאר, ווארען באפעט שטעלט אריין זיין רייכטום דאס ערשטע מאל אין ארץ ישראל עקענאמיע, מיט 4 ביליאן דאלער אינוועסטמענט אין יידישע קאמפאני. (נ.י. פאוסט)
- כינע סייענטיסטן ערצייגן פאלטשע "רעגן" איבער בעיזשינג, צו רייניגען שטאט און ענדיגן טרוקעניש. (עי.פי.)
- זון פון הרב אייזעק דוועק שליט"א, ראש ישיבה פון דיעל ישיבה, און רב און גרינדער פון די ארטיגע חרדישע קהילה און מוסודת התורה, פון די רייכע רעזארט געגענט, "דיעל" ניו זערסי. דרייט אן מעכטיגע ריעל עסטעיט שווינדל סקאנדאל, בארגט שווערע מיליאנען פון ספרדישע עשירים, און קויפט איבער 60 שטחים פאר קעש, דורכאויס ניו זערסי, איצט האט דער באלון געקראכט, מיט איין באונסט טשעק פון 25 מיליאן דולער. (עי.פי.פי.)
- ר' זשאזש גוטמאן דער גרינדער פון דאמבוי האט עס געקויפט פאר 25 מיליאן דולער, און האט דאס געברויכט צו פארקויפן פאר ר' ברוך זינגער, דער סלאמלארד פון הארלעם פאר 400 מיליאן דולער.
- 2 גרעסטע חרדישע ריעל עסטעיט אינטערנעמער צושלאגן איבער מעכטיגען שטח ביים וואסער פראנט אין וויליאמסבורג וואס איז אין די נייעס צוליב די גרעסטע פייער אין ברוקלין'ס היטסאריע. (טיימס)
- פאריז: פראנצויזישער אנטעסעמיטישער בדחן, ארעסטירט נאכן שפריצן גאז אויף 2 אידן. (א.זשי. פרעס)
- ניו יארק פאוסט: ברוקלין די.עי. באטראכט זאלי ווידיאו, מעגליך צו ארעסטירן ארוני ר' משה יוסל ווערטהיימער, וואס שפריצט מיט א פייער עקסטינגוויטשער אויף ר' חיים ראטה. ן. (פויסט)
- מארווין שיק רופט אגודת ישראל, המודיע און יתד נאמן, צו פארדאמען סאטמאר און ליובאוויטש פארן גרעסטע חילול ה' היינט צוטאגס, צוליב גיין אין גויאישע געריכטן. (זשערוסאלעם פאוסט)
- היסטארישער בריוו, פון אוריאל צימער, חבדסקער חסיד און רעדאקטאר פון סאטמארן צייטונג דער איד, דעקט אויף א באזוך פון סאטמאר רב ז"ל, מיטן וואודיסלאווער רב און נאך צו ליובאוויטשער רבי ז"ל. (חבד אונליין)
- חשוב'סטער ישיבה אויף די וועלט, "פאנאוויטש", פלאטערט מדינת ישראל פאן לכבוד יום העצמאות אין ה' אייר. (זערוסאלעם פאוסט)
- פילם איבער סאטמאר אפגעפארענע בחורים, "מענדי" געשריבן דורך הערשי שניצלער, עפענט זיך אין מאנהעטן טעאטער. (מענדי די מאווי (ארכיווירט 05.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- דרום אפריקע אידן דערשיטערט פון דאפעלטן מארד פון 2 אידן; רב אין קעיפטאון לאזט נישט אפהאלטן גרעסטע אידישע לווי' אין דרום אפריקע'ס היסטאריע אין שול, ווייל קרבנות זענען געיס; מארד ווערט נישט קלאסיציפירט אלס אנטיסעמיטשקייט, כאטשיג די מערדער זענען מוסולמענער, נאר ליבערשט אלס א רעליגיעזע אקט קעגן די עבירה פון משכב זכר, און אויך די דראגס און רויבעריי מאטיווען. (זשערוסאלעם פאוסט)
- פירער פון ר' מרדכי דוד אונגער'ס באבוב, אנערקענטער בני ברק גביר, פארוואונדעט, נאכן באגיין זעלבסט מארד. (בחדרי חרדים)
- ישראלישער שריפט שטעלער און דענקער ערלקערט: א איד פון ארץ ישראל ברויך נישט קיין אידישקייט, ווייל יעדן מינוט און אקט אין זיין לעבן איז געוואויגן און געמאסטן לויטן חשבון פון זיין לאנד וואו ער וואוינט, מה שאין כן דער גלות איד ברויך האבן זיין אידישקייט צו פארעמען א אידישע אידענטיטעט. (אלגעמיינער (ארכיווירט 06.12.2006 ביי דער Wayback Machine))
- זאלי עסקן, ר' אברהם יואל מענדלוויטש ארעסטירט און באשטראפט, צוליב טשעפענען ארוני עסקן ר' אברהם רובין. (נ.י. טיימס)
- ר' משה רובאשקין, פירער פון קרוינהייטס קהילה, פארלענגערט וואלן פאר רבנים צום קרוינהייטס בית דין, נאך פראטעסטן און אומרוען פון אנהענגער פון רב שוויי וואס איז דערקעגן; רב אזדאבא ציעט צוריק פון אפשטיפונג און קומט אליינס שטימען; רובאשקין ערלקערט, איבער 600 שטימען טראץ טעראר; משיחסטען זענען דערקעגן. (חבד אונליין)
- וויקיפעדיע ווערט הויפט געצייג אין די פאליטיק פון די קומענדע וואלן אין אמעריקע; זשימי וועילס ווארענט: יעדער איינער קען פרייערהייט באארבייטען, אבער אויב עס איז נישט נייטראל וועט מען יענעם אויפדעקן און באשמוצען. (טיימס)
- עליאט ספיצער אנערקענט נאר ר' זלמן לייב טייטלבוים פאר סאטמאר רבי און נישט ר' אהרן טייטלבוים. (דעילי ניוז)
- בארא פארק: מנובל פארשטעלט ווי פאליציי רודף'ט מיידלעך. (עי.בי.סי. (ארכיווירט 04.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- העלע ווינסטאן שרייבער פון "אנטשויזן" בוך פון אפגעפארענע אידן, רעכט אפ סדר נאכט צוזאמן מיט גרופע סאטמאר אפגעפארענע אידן און שרייבט א באריכט אין נ.י. טיימס. (טיימס)
- ריעל עסטעיט מאגנאט ר' ישעי' בוימלגרין קויפט אפ מעכטיגען זשואיש פרעס געביידע אין ברוקלין. (ברוקלין פעיפערס (ארכיווירט 21.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ר' משה שמואל שפירא פון באר יעקב, עלטסטער ליטווישער ראש ישיבה נפטר געווארן. (בחדרי חרדים (ארכיווירט 17.05.2006 ביי דער Wayback Machine))
- טעביע דער מיליכיגער, חיים טאפאל, פון פידלער אויפן דאך לערנט תורה אין חבד הויז אין אויסטראליע. (חבד אונליין)
- ערשטע מאל אין 2000 יאר היסטאריע, יישוב ארץ ישראל איז דער גרעסטער אידישער ישוב פון אלע לענדער אין די וועלט. (יו.פי.איי.)
- לכבוד יום הזיכרון: קנאים פארברענען כיכר השבת צו פראטעסטירן אידישע זעלבשטענידקייט פאר משיח. (ידיעות)
- 58'סטר יום הזכרון אפגעצייכנט, צו דערמאנען דעם אנדענק פון איבער 22 טויזענט קדושים קרבנות פארן זעלבסטשטעניגקייט פון א אידישן רעגירונג אין ארץ ישראל. (זשערוסאלעם פויסט)
- משמרת הצניעות צוברעכט אינטערנעט קאפע הויז אין ירושלים. (ידעות)
- וויליאמסבורג איינגעהילט אין רויעך: ריזיגער קאמפלעק פון געביידעס ביי וואסער פראנט פלאקערט פאר לאנגע שעות. (עי.בי.סי. (ארכיווירט 03.05.2006 ביי דער Wayback Machine))
- לענגערער ניו יארק מאגאזין אפהאנדעלונג: וויליאמסבורג איז געווארן די הויפט שלאכט פון די סאטמאר מחלוקת; אבער וויליאמסבורג אליינס איז אין סכנה פון אונטערגאנג דורך די מאדערענע נסיונות און טייערע ריעל עסטעיט מארקעט; ערשטע סאטמאר רבי האט געגרינדעט וויליאמסבורג מיט מחלוקת קעגן אנדערע אידן; אברומי ברוין ערקלערט: ר' אהרן טייטלבוים איז א מאפיאנער; פריערדיגע סאטמאר רבי שרייט אויף זיין זון ר' אהרן טייטלבוים: ביסט א רשע בן רשע... (ניו יארק מאגאזין (ארכיווירט 11.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
- גרינדער פון וויקיפעדיע, זשימי וועילס, אויסגעקליבן פון טיים מאגזין אלס איינע פון די גרעסטע 15 סייענטיסטן און דענקער וואס פארעמען אויס די היינטיגע וועלט. (טיים מאגאזין (ארכיווירט 30.09.2020 ביי דער Wayback Machine))