חיים טאפאל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

חיים טאָפּאָל (געבוירן תל אביב 9טן נאוועמבער 1935) איז א ישראלדיקער טעאטער, פילם און שטימע אקטיאר. ער איז איינער פון די מערסטע באוואוסטע אקטיארן אין ישראל און איבער דער וועלט.

אין זיין יוגנט האט ער געארבעט אין א דרוקעריי, אין ארמיי איז ער געווען אין די נח"ל קאפעליע, וואו ער האט געטראפן אורי זוהר, און זיין צוקונפטיקן ווייב, אין די נח"ל האט ער געשפילט סאלח שבתי, פון אפרים קישון, שפעטער ווען ער האט געמאכט דעם פילם מיטן זעלבן נאמען, איז חיים געווען סטאר, ער האט באקומען דערפאר די גאלד גלאבוס, פארן בעסטע אקטיאר פון יאר.

טופולס קאריערע געקומען צו א הויכפונקט, ווען ער איז געקומען שפילן די ראלע פון טעוויע דער מילכיקער, געשריבן דורך שלום עליכם, אין דער פילם "פידלער אויפן דאך", אין לאנדאן. לאנגע יארן האט ער געשפילט אלס טעוויע, אין טעאטערס אין בראדוויי און לאנדאן. אלס א שטימע אקטיאר, איז ער באקאנט געווען אלס די שטימע פון רוביוס האַגריד אין די העברעאישע ווערסיעס פון "האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין" און "האַרי פּאָטער און דער צימער פון סודות".

שפעטער האט ער געשפילט אין אנדערע פילמען אויך, אויף BBC, און נאך אנדערע זאכן.

ער האט באקומען אין יאר 2008, אויסצייכענונג פון ישראל פעסטיוואל, פאר זיינע אויפטוען אין ישראל קולטור, פון לידער אין פילמען.