לדלג לתוכן

דאמבאוי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דאמבוי)

דאמבוי (ענגליש: Dumbo) איז גאר א טייערער שיינער געגנט אין ברוקלין. ר"ת, פון ד'און א'נדער מ'אנהעטן ב'ריזש א'ווערפעס.

עס ליגט ביים עק ברוקלין ביים וואסער צווישן און צופיסענס פון די צוויי לעגאנדארע בריקן, די מאנהעטן און ברוקלין בריזשעס. ס'איז אמאל געווען א אינדוסטריאלער געגנט, אבער ארטיסטן האבן זיך אריינגעצויגן אין די אמאליגע פאבריקן און טראנספארמירט דעם געגנט צו א טייערע מאדערענער קווארטאל, פון די דריי גרעסטע אונטערנעמער וואס האבן אינוועסטירט דאס צו מאכן טייער זענען צוויי פרומע ארטאדאקסישע עשירים, דזשאזש גוטמאן און ישעי' בוימלגרין.

עס פארמאגט אן אויגן פארכאפענדער קוק פון די מאנהעטן הימל ספערע. און די גאסן זענען אלטמאדיש, מיט ציגל אויסגעלייגט פאר פערד און וואגן, חודש־געלט איז דארטן די טייערסטע אין גאנץ ברוקלין און די קולות פון די פארקער און באנען וואס לויפן אויף די בריקן מאכט טויב.