הארי פאטער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הערי פאטער)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער ארטיקל דיסקוטירט דער בוך סעריע. אויב איר זוכט אן אנדער באדייטונג, זעט הארי פאטער (באדייטן).
אַלע זיבן "האַרי פּאָטער" ביכער (בריטישע אויסגאַבעס)

האַרי פּאָטער (ענגליש: Harry Potter) איז אַ סעריע פֿון זיבן פֿאַנטאַזיע ראָמאַנען און אַכט פֿילמען געשריבן דורך דער בריטישע שרייבערין דזשיי.קיי. ראָלינג. דער סעריע הייסט נאָך האַרי פּאָטער, דער הויפט כאראקטער.

זי זיבן ביכער האָבן פֿאַרקויפֿן מער ווי 500 מיליאָן קאָפּיעס איבער דער וועלט אין מער ווי 70 שפּראַכן, און איז די מערסט געקויפֿטע (וועלטלעכע) בוך סעריע פֿון אַלע צייטן. פֿילם אַדאַפּטאַציעס זענען געמאַכט געוואָרן פֿאַר אַלע זיבן ביכער.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

האַרי איז אַ יתום פֿון טאַטע און מאַמע, און װוינט מיט זײַן שלעכטן פֿעטער װערנאָן, װעלכער איז אַ מאגל. בײַ די עלף יאָר װערט ער געװאָר אַז ער האָט די טאַלאַנטן צו מאַכן כישוף און זײַן לעבן טױשט זיך דראַסטיש, פֿון דעם מאַגעטאַמישן לעבן בײַ זײַן פֿעטער װוּ ער װערט טעגלעך גערודפֿט דורך זײַן שװעסטער קינד דאַדלי כאַפּט ער זיך אַריבער צו די דראַמאַטישע אָנגעפֿילטע טעג אין דער האָגוואָרץ שולע פֿון כישוף-מאַכערייַ װוּ ער לעבט אין פּחד פֿון לאָרד װאָלדעמאָרט, װאס האָט געהרגעט זײַנע עלטערן און װיל אים אױך אָפּֿענדיקן, אין יעדן פון די זיבן ביכער ווערט באשריבען איין יאר פון זיין לעבן ביי האָגוואָרץ.

לויט ווי די לעגענדע לויטעט זענען הארי'ס עלטערן אומגעבראכט געווארן דורך דעם מערדער װאָלדעמאָרט וועלכער האט גענוצט די שרעקעוודיגע אוואדא כדברא, וועלכעס איז א קבלה'ישער אויסראטונג קללה זיי אומצוברענגען, און אזוי ארום צו באהערשן אלעמען. הארי האט זיך אבער באוויזן ארויסצודרייען פון אט די קללה, און האט נאך אויסגעדרייט דעם וואפען קעגן װאָלדעמאָרט, וועלכער איז זעלבסט אומגעברענגט געווארן דורך דעם.

ביכער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין - יוני 1997
  2. האַרי פּאָטער און דער צימער פֿון סודות - יולי 1998
  3. האַרי פּאָטער און דער אַרעסטאַנט פֿון אַזקאַבאַן - יולי 1999
  4. האַרי פּאָטער און דער בעכער פֿון פֿײַער - יולי 2000
  5. האַרי פּאָטער און דער אָרדן פֿון פֿעניקס - יוני 2003
  6. האַרי פּאָטער און דער האַלב-בלוט פּרינץ - יולי 2005
  7. האַרי פּאָטער און די רוחות פֿון טױט - יולי 2007
  8. האַרי פּאָטער און דער פֿאַרשאָלטענער קינד - יולי 2016

פילמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – הארי פאטער (פילם סעריע)

פון די ביכער האבן די ווארנער ברידער געמאכט א סעריע פון אכט פילמען, וואס די ערשטע צוויי זענען פראדוצירט געווארן דורכן באוואוסטן פילם שאפער, קריס קאָלומבוס, מיט די נעמען "האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין" ("צויבערער'ס שטיין" אין אמעריקע) און "האַרי פּאָטער און דער צימער פון סודות".

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האַרי פּאָטער