האגווארץ

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

האָגוואָרץ שולע פון כישוף און צויבער מאכן (ענגליש: Hogwarts School of Witchcraft and Wizardry) איז א פיקטיווע שולע אין י. ק. ראלינג'ס "האַרי פּאָטער" סעריע. דאס איז א כישוף שולע פאר מכשפים פון עלף יארן צו זיבעצן, וואס לעבן אינעם פאראייניגטן קעניגרייך אדער אין דער רעפובליק פון אירלאנד.

האגווארץ הייזער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

גריפֿינדאָר[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

גריפֿינדאָר הויז איז געגרינדעט געווארן דורך גאדריק גראנד גריפֿינדאָר, נאך וועמען ער הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער גריפֿאָן, און זיין קאלירן זענען סקארלעט און געל/גאלד געל. כמעט-קיין-קאפ-ניק איז דאס הויז געשפּענסט. די גריפֿינדאָר מיטגלידער קאָנקורירן מיט סליטערין אין שטענדיק.

רשימה פון בארימטע גריפֿינדאָר מיטגלידער:

האַפֿלפּאַף[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

האַפֿלפּאַף הויז איז געגרינדעט געווארן דורך העלגא האַפֿלפּאַף, נאך וועמען ער הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער וויזלטיר, און זיין קאלירן זענען שווארץ און געל. דער דיקער פֿרײַאַר איז דאס הויז געשפּענסט.

רייווענקלאָ[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רייווענקלאָ הויז איז געגרינדעט געווארן דורך ראָנאַ רייווענקלאָ, נאך וועמען ער הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער אָדלער, און זיין קאלירן זענען בלוי און בראנדז. די גרויע פרוי איז דאס הויז געשפּענסט.

רשימה פון בארימטע רייווענקלאָ מיטגלידער:

  • ראָנאַ רייווענקלאָ
  • העלענע רייווענקלאָ
  • גילדרוי לאָקהאַרט
  • טשאָ טשענג
  • לונאַ לאַווגוד
  • יוריק דער מאָנדער
  • מירטל
  • אָליוואַנדער
  • פּאַדמע פּאַטיל
  • טערי בוט
  • מייקל קאָרנער
  • קווירינוס קווירל

סליטערין[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סליטערין הויז איז געגרינדעט געווארן דורך סאַלאַזאַר סליטערין, נאך וועמען ער הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער שלאנג, און זיין קאלירן זענען גרין און זילבער. דער בלוטי באַראָן איז דאס הויז געשפּענסט.

רשימה פון בארימטע סליטערין מיטגלידער:

  • דאס בלאק משפחה (אויסנעמלעך סיריוס בלאק און נימפאַדאָראַ טאָנקס)
  • ווינסענט קראַב
  • גרעגאָרי גויל
  • בעלאטריקס לעסטריינדזש - דרייקאָ'ס טאנטע
  • דרייקאָ מאַלפֿוי
  • לוציוס מאַלפֿוי - דרייקאָ'ס פאטער
  • נארקיסא מאַלפֿוי - דרייקאָ'ס מוטער
  • פּענסי פּאַרקינסאָן
  • טאָם רידל / וואָלדעמאָרט
  • האָראַס סלאַגהאָרן - שולדירעקטאָר פון סליטערין (בוך 7)
  • סעווערוס סנייפ - שולדירעקטאָר פון סליטערין (בוך 1 - בוך 6)
  • אנדראמעדא טאָנקס - דרייקאָ'ס טאנטע
  • מיליסענט בולסטראָד
  • דאָלאָרעס אַמברידזש

האגווארץ עקספרעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער לאקאמאטיוו פונעם האגווארץ עקספרעס לויט די פילמען

דער האגווארץ עקספרעס איז דער באן וואס טראנספארטירט די האגווארץ סטודענטן צו זייער שולע.

דער באן לאזט יעדע יאר דעם 1טן סעפטעמבער ביי 11 PM. אירע אראפגיין סטאנציע איז קינגס קראס, בייַ פֿעראָן ¾9 (נייַן און דריי פֿערטל). דער באן קומט צו האָגסמיד סטאנציע, פון וועלכע די האגווארץ סטודענטן גיין צו דער שלאס אין טעסטראָל-ציען וואגאנען. סטודענטן פונעם ערשטן יאר קומען צו דער שלאס דורך אריבערן דער שווארצער אזערע אין שיפלן מיטן הילף פון האַגריד.

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האגווארץ